הפצה פארברענג ביים ראש ישיבה אינדערהיים
ד כסלו תשפ"ג 📝
פארגאנגענעם דינסטאג נאכט פרשת תולדות איז פארגעקומען ביים ראש ישיבה אינדערהיים א הערליכע "הפצה פארברענג" פאר די בחורים וואס גייען ארום און זענען מפיץ פאר אידישע קינדער די הייליגע קונטרסים וואס מוהרא"ש זי"ע האט געשריבן, און מיט דעם זענען זיי מחי' אידישע קינדער וואס לעכצן אויף חיזוק אנצוגיין אינעם טאג טעגליכע לעבן, און ביים רבי'ן קען מען טרעפן געוואלדיגע חיזוק אויף יעדע פראבלעם וואס איז נאר דא.
אלע בחורים האבן פארציילט זייער מעשיות פון הפצה, וואס זיי האבן מיטגעלעבט בשעת'ן גיין הפצה, אזוי אויך האט דער ראש ישיבה אריינגערופן אינמיטן מו"ה יואל שניצלער הי"ו וואס פירט אן די מכון עצתו אמונה, און געבעטן די בחורים זאלן אים פארציילן וויאזוי מענטשן זענען זיך מחי' מיט די קונטרסים און ספרים וואס ער גיבט ארויס.
די "הפצה פארברענג" האט דער ראש ישיבה געמאכט נאר פאר דעם ציל צו מחזק זיין די בחורים זיי זאלן ווייטער עוסק זיין אין די הייליגע ארבעט, וואס דאס איז געווען ביי מוהרא”ש די חשוב’סטע זאך וואס איז נאר דא. און אזוי ווי דער ראש ישיבה דרוקט זיך אויס אין א בריוו: ביי מוהרא”ש איז געווען הפצה די ערשטע, די לעצטע, די מיטלסטע און די גאנצע זאך!
ווי דער ראש ישיבה דרוקט זיך אויס אין א בריוו צו א מפיץ "וואויל איז אייך און וואויל איז אייער חלק אז איר פאלגט דעם רבי'ן; דער רבי הייבט אן די מעשה פונעם חיגר (סיפורי מעשיות, מעשה ג): "מעשה, אמאל איז געווען א חכם, פאר זיין טויט האט ער גערופן זיינע קינדער און זיין משפחה, און האט זיי געלאזט צוואה אז זיי זאלן 'אנטרינקען ביימער'; איר מעגט עוסק זיין אין אנדערע פרנסות אויך, נאר דאס זאלט איר זען שטענדיג צו טון: 'אנטרינקען ביימער'"; מוהרא"ש איז מסביר (ספר נהרי אפרסמון) אז דאס גייט ארויף אויף מקרב זיין מענטשן צום אייבערשטן, ווייל א מענטש איז צוגעגליכן צו א בוים, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (דברים כ, יט): "כִּי הָאָדָם עֵץ הַשָּׂדֶה", און מען דארף עס אנטרינקען מיט אמונה.
"כָּל הַמְקַיֵים נֶפֶשׁ אַחַת מִיִּשְׂרָאֵל, כְּאִילוּ קִיֵים עוֹלָם מָלֵא"; (סנהדרין לז) כל שכן ברוחניות (ראש ישיבה)