שוין איבער א יאר וואס עס איז נתייסד געווארן דעם שיינער פארברענג יעדע דינסטאג נאכט ווי אנשי שלומינו שמועסן און רעדן פון הייליגן רבין, מען איז זיך מחזק צו פאלגן זיינע היייליגע עצות. צו ערשט לערנט הר"ר יואל פארקאש שליט"א פאר אין הייליגן ספר "פעולות הצדיק" פון היייליגן רבין, דערנאך פארברענגט מען מיט שיחת חברים, מען איז זיך מחזק אינאיינעם, מען פארציילט מעשיות פון הפצה, און מעשיות פון תפלה.
 
יעדע וואך קומט דער פארברענג פאר אום 8:45 אין ביהמ"ד היכל הקודש העיס און אום 9:45 נאכן פארברענג דאווענט מען אינאיינעם מעריב, און דערנאך לאזט מען זיך ארויס אין א פרייליגע טאנץ, און מען פריידט זיך מיט נועם חלקינו אשר בנחל שם גורלינו, אז מיר האבן די זכיה אז מיר ווייסן פון הייליגן רבין, וואס דערמאנט אונז כסדר צו "קוקן אויפן הימל" און געדענקען דעם אייבערשטן, טראץ די גרויסע הסתרה וואס די וועלט פרובירט אים צו באהאלטן.
 
יעצט צוליב די גרויסע רענאוואציעס וואס ווערן דורכגעפירט אין ביהמ"ד העיס, ווי מען רוקט אוועק די בתי כבוד אין א ווינקל, כדי צו קענען פארגרעסערן דעם היכל הבית המדרש, אזוי אויך ווערן די לייטס אינגאנצן איבערגעלייגט, און מען פעינט, מען סקרעיפט, פארשידענע פייפס ווערן ארויסגענומען און אריינגעלייגט אין די ווענט און אין די דאך, און דערווייל ווילאנג די ארבעט גייט אָן זענען די ווענט האלב רוי, האלב פון די לייטס פעלן, אלעס איז שטויביג, אזוי אויך ארבעט נישט די הייצונג דערווייל כדבעי, צוליב דעם וועט דער פארברענג צייטווייליג אריבערגערוקט ווערן צום ביהמ"ד היכל הקודש אויף 8 פרעמלישאן, ווי אנשי שלומינו וועלן זיך צוזאם קומען היינט דינסטאג נאכט פרשת ויגש, און מען וועט זיך אינאיינעם מחזק זיין אינאיינעם.