הפצה פארברענג אין קרית יואל צייכענט אפ ערשטע יאר מיט הצלחה
ו אייר תשפ"ג 📝
אין די טעג ווערט אפגעצייכענט א גאנצע קיילעכיגע יאר פון די שיינע הפצה פארברענגען פון אנשי שלומינו אין קרית יואל, וואס האט זיך אנגעהויבן מיט א יאר צוריק נאך פסח, ווען יעדע וואך קומען זיך צוזאם א שיינע ציבור אין ביהמ"ד היכל הקודש אויף העיס קט. ווי דער גבאי הר"ר יואל פארקאש שליט"א לערנט צום ערשט פאר א שיעור אינעם הערליכן ספר "פעולת הצדיק", און דערנאך ליינט מען פאר א בריוו פון מוהרא"ש זי"ע אין אשר בנחל, און א בריוו פון ראש ישיבה שליט"א אין "עצתו אמונה" וואס האט איז מחזק מחיה געווען די באטייליגטע.
דערנאך איז אלץ דא שיינע שיחת חברים, מען שמועסט און פארציילט פארשידענע שיינע עובדות פון אנשי שלומינו, וויאזוי מען דערהאלט זיך מיטן רבינ'ס עצות, און מעשיות פון תפלה ווי מען בעט דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך און דער אייבישטער הערט צו און העלפט. א שטארקע דגוש ווערט געלייגט אויף הפצה, מען פארציילט שיינע מעשיות פון הפצה - מען אעז מחזק מען זאל נישט זיין סעלפיש צו האלטן דעם סוד פון די גוטע לעבן וואס דער רבי געבט אונז פאר זיך, נאר מען זאל יעדער אויף זיין אופן זוכן וויאזוי ער קען מפיץ זיין די הייליגע ספרים און דרשות, מען הערט כסדר צוריק ווי די הייליגע מפצים ראטעוועט אידן און גאנצע משפחות וואס האבן זיך געדראפעט אויף די גראדע ווענט, און א דאנק הפצה האבן זיי געטראפן דעם צדיק וואס האט געראטעוועט דעם מצב, און צוריק געשטעלט אידישע שטובער.
דער פארברענג גייט שוין אזוי אן ברוך השם א גאנצע יאר מיט גרויס הצלחה, ווי מען קומט זיך צוזאמען אין בית המדרש היכל הקודש אויף העיס קט. קרית יואל יעדע דינסטאג נאכט אום 8:45 ווי מען פארברענגט און מען איז זיך מחזק מיטן רבינ'ס דיבורים, ביז 9:45 ווען מעט דאווענט מעריב בציבור.