הצלחה'דיגער טיי אוונט פאר'ן כולל היכל הקודש
ג שבט תשפ 📝
דעם מאנטאג איז פארגעקומען א טיי אווענט אין שטוב פון מו"ה מנחם שטיינבערג הי"ו, לטובת די כולל היכל הקודש אין וויליאמסבורג, וואו אינגעלייט וואס תורתם אומנתם זיצן און לערנען פלייסיג און זענען זיך משלים בש"ס ופוסקים ובהוראה. א שיינער עולם האט זיך משתתף געווען און זיך אנגערופן מיט ווארעמע סכומים, אז דער כולל זאל ווייטער קענען אנגיין מיט א שטארקייט.
דער ראש ישיבה שליט"א האט ארומגערעדט ביים טיי אווענט איבער די גרויסקייט פון לימוד התורה וואס האלט דעם מענטש אין יעדן מצב, און דאס זעט זיך ספעציעל אן אין די עלטערע יארן; איינער וואס האט געהאט א שיעור אין תורה יעדן טאג, ווען ער קומט אין די עלטערע יארן, ווען ער ארבעט שוין נישט, לעבט ער ווייטער מיט די הייליגע תורה און ער האט א געשמאקע לעבן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, ווידער איינער וואס איז נאר געווען פארנומען זיין גאנץ לעבן נאכצולויפן געלט, ער האט נישט געלערנט קיין תורה, ווערט ער פארשווארצט אין די עלטערע יארן, ער פארלירט זיין טעם אין לעבן.
ובהם נהגה יומם ולילה!