היינט אום 6:30 אווענט וועט פארקומען דער מעמד הקמת המצבה פון הבחור החשוב שמעון ענדצווייג ע"ה, אין בית החיים אין קרית יואל, ווי מען וועט הערן דברי הספד אויפן חשובן נפטר, און זען וואס מיר קענען זיך ארויסלערנען פון אים, ווי ער איז אנגעגאנגען מיט זיינע שיעורי תורה, און זיך אנגעפילט מיט ש"ס משניות, חומש רש"י, און אזוי ווייטער שיעורים בכל התורה כולה, ועל כולם אסאך תפילות פארגאסן פארן אייבערשטן אויף אידיש, וואס דאס אלעס קומט אים יעצט צונוץ אויפן עולם האמת.