מיט גרויס פרייד האבן אנשי שלומינו בכלל און די איינוואוינער פון שטעטל בפרט אויפגענומען דעם גרויסן גאסט פון ארץ ישראל הרב רבי יצחק לעזער שליט”א וואס איז געקומען וויילן אין שטעטל פאר צוויי וואכן, לכבוד די שמחת הבר מצוה פון זיין חשובן אייניקל אברהם נרו יאיר בן הר"ר יעקב שליט"א פון די חשובע תלמידי חכמים אין שטעטל.
 
דער גרויסער גאסט איז פון די גרויסע תלמידים פון מוהרא"ש זי"ע, און האט מקיים געווען דעם משנה אין אבות "יהי ביתך בית ועד לחכמים, והוי מתאבק בעפר רגליהם, והוי שותה בצמא את דבריהם." שעפענדיג פונעם גרויסן קוואל פון מוהרא"ש זי"ע פאר מער פון פופציג יאר, און האט זוכה געווען אפצושרייבן גאר אסאך דברי תורה און שמועסן פון מוהרא"ש זי"ע מיט זיין זיסע און געשמאקע שפראך, בפרט איז באקאנט די זעכצן בענדער שיחות מוהרא"ש וואס דער גרויסער גאסט האט מזכה געווען פאר כלל ישראל, א ספר וואס איז מחיה און מעודד יעדעם וואס לערענט דערין.
 
אנשי שלומינו קוקן שטארק ארויס מיט צו האלטן די געהויבענע טעג מיטן חשובן גאסט, בפרט שבת קודש ווען מען וועט הערן די דברות קודש און שיינע שמועסן, וואס וועט זיכער מחזק זיין אנשי שלומינו און איבערלאזן א גרויסן רושם אויף א גאר לאנגע צייט.
 
בזמן שהצדיק בעיר הוא זיוה הוא הדרה