פארגאנגעם מיטוואך איז הרב אשלג שליט"א פון ארץ הקודש וואס געפונט יעצט זיך דא אין אמעריקע צוגאסט געקומען זיך באטייליגן צום שיעור חיזוק פונעם ראש ישיבה שליט"א, הרב אשלג האט גענומען אויף זיך א מיסיע צו מאכן סימנים אויף אלע מאמרי חז"ל צו קענען געדענקען אויף וועלכע בלאט עס שטייט. ער האלט אינמיטן שרייבן א חיבור מיטן נאמען "זכרינו בזכרון" ווי ער שרייבט אראפ אלע סימנים וואס ער האט געטראפן.
 
דער ראש ישיבה האט אנגעהויבן דעם שיעור מיט די גמרא אין מסכת שבת דף פ"ב: "רב הונא פרעגט זיין זון רבה "פארוואס גייסטו נישט צו רב חסדא'ס שיעורים, ער רעדט שארפע זאכן", זאגט רבה פאר זיין טאטע, "ער רעדט וועלטליכע זאכן למשל וויאזוי מ'דארף זיך אכטונג געבן דאס געזונט ווען מ'גייט אין בית הכסא", זאגט רב הונא פאר זיין זיין "ער לערנט לעבן, כל שכן דארפסטו גיין צו אים!".
 
דער ראש ישיבה האט געפרעגט הרב אשלג וועלכע סימן קען מען מאכן אויף די גמרא האט ער געזאגט "פלאות בגופו" געבויעט אויף די ווערטער פון אשר יצר "מפליא לעשות".
 
דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט אז די ווערטער פון הייליגן רבין קען אויסזען ווי מ'רעדט מילי דעלמא, פשוטע זאכן, אבער למעשה דאס געבט לעבן, מיטן רבין קען מען האבן א גוטע לעבן.
 
דער ראש ישיבה צוגעברענגט נאך גמרות ווי צום ביישפיל די גמרא פון שבת דף כ"ו "א שנור קען זיך נישט דורכקומען מיט א שוויגער, האט הרב אשלג געגעבן דעם סימן כ"ו איז ראשי תיבות "כלה וחמותה", אזוי האט ער געגעבן סימנים פאר נאך פארשידענע מאמרי חז"ל.
 
דער ראש ישיבה האט אים ארויפגערופן ער זאל זאגן אפאר ווערטער, ער האט פארציילט וואספארא חיזוק ער האט באקומען פונעם ראש ישיבה, און וויאזוי ער האט אנגעהויבן מיט די סימנים צו געדענקען אלע מאמרי חז"ל. ער האט געזאגט אז מענטשן פלעגן אים אפרעדן, און דער ערשטער וואס האט אים מחזק געווען ער זאל גיין ווייטער דערמיט איז געווען דער ראש ישיבה. ער האט מסביר געווען וויאזוי ער מאכט די סימנים. און האט געזאגט פאר די בחורים זיי זאלן וויסן וואס פארא אוצר זיי פארמאגן, ער האט פארציילט וויאזוי ער איז געוואר געווארן פונעם ראש ישיבה, ער האט געטראפן עטליכע מאל אידן אין ארץ ישראל וואס האבן אים "דער ראש ישיבה איז מיין רבי, איך האב אים קיינמאל געזען אבער מיין גאנצע רוחניות'דיגע לעבן קומט פון אים" און האט אויסגעפירט פאר די בחורים "אשרי חלקכם" אז איר זענט אויף אזא הייליג פלאץ.