הרבני הנגיד ר' מרדכי אהרן האלפערין ני"ו זעט די פארשריט ביים נייעם געביידע אין אומאן
טז טבת תשע"ח 📝
טראץ די קאלטע ווינטער טעג, שטרענגט מען זיך אן צו בויען ווייטער דער נייער בילדיג, וואס וועט דינען דעם ציבור אנשי שלומינו וואס קומען צו פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, כדי עס זאל קענען בעזרת השי"ת פארטיג ווערן אויף קומענדיגן ר"ה תשע"ט הבעל"ט.
הרבני הנגיד ר' מרדכי אהרן האלפערן ני"ו, חבר הנהלה הישיבה - וואס איז איבערגעגעבן בלב ונפש פאר די הצלחה פון די מוסדות, איז יעצט אין אומאן און קוקט זיך פערזענליך אום אויף די ארבעט, וואס גייט ב"ה אן אין פילן שוואונג.
ווי ער געט איבער האט מען שוין געענדיגט די פרעים ארבעט אין די בעיסמענט (ווי עס וועט זיין די מקוה, עס זאל, און קאך), יעצט ווערט דארט אריינגעצויגן די עלעקטעריק און פלאמביג.
עס איז אריינגעצויגן געווארן אינעם בילדיג ספעציעל שטארקע עלעקטעריק קראפט צו קענען דינען דעם גרויסן ציבור וואס וועט זיך געפינען דארט בעזרת השי"ת.
אין די זעלבע צייט גייט אן די ארבעט צו ארויפצוציען ווייטער די שטאקן, יעצט גיסט מען די זיילן וואס וועלן האלטן די דאך פונעם ריזיגן פראכטפולן ביהמ"ד, און מ'האפט אין די קומענדיגע צוויי וואכן צו גיסן די דאך, וואס וועט זיין די פלאר פונעם דריטן שטאק (ווי עס וועלן זיין בעז"ה די שלאף צימערן).
עס זענען נאך אוועיליבל עטליכע זכותים צו מנדב זיין פארן בילדיג וואס וועט זיין א לייכט טורעם פאר אומאן אין פאר די גאנצע וועלט. ווער עס קען זאל אריינכאפן א זכות און איבערגעבן זיין ווארימע נדבה פארן ראש ישיבה שליט"א. דער זכות וועט אוודאי ביישטיין פארן נדבן צו געהאלפן ווערן מיט וואס ער דארף.
בילדער פונעם באזוך