די ראש השנה לופט שפירט זיך שוין אין די לופטן. אין קוים עטליכע וואכן ארום וועלן מיר שוין מיטן אייבערשטנ'ס הילף האבן די זכי' צו זיין ביים רבין אויף ראש השנה, ווי ער האט בפירוש אנגעזאגט און געבעטן אז "ווער עס גלייבט אין מיר זאל קומען אויף ראש השנה", און צוגעזאגט אז אפילו וועם ער קען נישט פאררעכטן ווען מען קומט צו אים אינמיטן יאר, אבער ראש השנה קען ער יעדעם פאררעכטן.
די וועד קרן הבנין לייגט יעצט אריין אסאך כחות צו פארטיגן דעם בנין אין אומאן אין צייט. זיי שפארן נישט קיין מיה און געלט צו קענען מאכן דעם בנין דאס בעסטע און די שענסטע. ווען עס איז געקומען צו די מקוה איז עס אודאי נישט געווען קיין אויסנאם. מען האט זיך פארבינדן קיין ירושלים עיה"ק צום גרויסן מומחה אין די קאמפליצירטע סוגיא פון הלכות מקוואות, הרה"ג ר' דוד מינצבערג שליט"א וואס ספעציאליזירט זיך אין מקוואות, און בפרט אין מקוואות אין אייראפע, (עס איז כדי אנצוצייכענען אז רוב מקוואות אין אומאן איז געמאכט געווארן אוטער זיין אויפזוכט) וואס איז א גאנצן צייט געווען בקשר מיט די בויער און אונטערנעמער, און געגעבן זיינע הלכה'דיגע און פראקטשיע אנווייזונגען וויאזוי צו מאכן די מקוה אויפן בעסטן און אויסגעהאלטענסטע וועג למהדרין מן המהדרין.
די מקוה האט צוויי מהודר'דיגע בורות מי גשמים, יעצט ווען מען האט געהאלטן ביים גיסן די בורות, איז ער ספציעל געקומען צו פליען, זיכער צו מאכן אז עס ווערט געמאכט אויף די ריכטיגע וועג, און וועט בעז"ה קומען נאכאמאל פאר ראש השנה, איבערצוקוקן צי אלעס איז אין ארדענונג און געבן זיין הכשר סטעמפל.
דער בנין האט אן אייגענע וואסער קוואל, וואס געט ארויס בערך 100 גאלאן א שעה. מ'האט פארגיע וואך געגראבן א צווייטע נייע קוואל וואס קוועלט בערך 120 גאלאן א שעה, די וואסער וועט געהאלטן ווערן אין א ריזיגער 12,500 גאלאן סטארעדזש טאנק, כדי עס זאל בעז"ה קיינמאל נישט זיין קיין מאנגל אין וואסער.
דער נייער קוואל האט מען געגראבן אויפן נייעם גרויסן שטח פון אונטערן בנין, פון איבער 10,000 סקווער פיס מיט שיינע גראז און ביימער, וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט צוגעקויפט מיט עטליכע וואכן צוריק, און וועט זיין א געשמאקע רואיגע שטח וואו מ'וועט קענען זיך אראפזעצן לערנען אונטער די ביימער, אדער גיין שפאצירן צווישן די ביימער און רעדן צום אייבערשטן.
אין די זעלבע צייט איז א געוואלדיגע שמחה איבערצוגעבן אנדערע קורצע נייעסלעך פון די פארשריט פונעם בנין:
* מען האט יעצט געעדיגט סיעלן די ווענט פון די בור צו לייגן די טיילס. די טיילס זענען שוין אנגעקומען, און וועט ווערן געלייגט בעז"ה נעקסטע וואך. אגב - די מקוה וועט זיין גרויסע רחבות'דיגע בור, פון 10 ביי 18 פוס.
* די פלאמבינג און די פייפס פאר די בילדינג בכלל און פאר די שויערס בפרט ווערן יעצט געלייגט.
* מ'האט שוין באשטעלט דער וואלק אין פרידזשידער און פריזער פאר די קאך, וואס זענען בערך 10 ביי 15 פוס גרויס.
* מ'האלט יעצט אינמיטן מאכן די ברייטע טרעפ ביי די אריינגאנג פון די גאס.
* אסאך קאפ און מוח ווערט יעצט אריינגעלייגט וויאזוי אויסצושטעלן דעם בית המדרש, אז יעדער זאל קענען גוט מיטהאלטן מיטן בעל תפלה.
אזוי עס איז דא א גרויסע מאנגל אין בעטן, דערפאר בעט מען אז ווער איז וויל האבן א פלאץ זאל זיך שוין מעלדן. צו באשטעלן קען מען רופן 347-452-0412 וכל הקודם זכה.
איש בל יעדר
בילדער