הר"ר אהרן וועבערמאן אנטפלעקט סודות פון חדר איבער די חתונות אין בית המדרש
יט סיון תשפ"ג 📝
די אידישע גאס איז אויף מיט'ן אינטערוויו וואס הרה"ח ר' אהרן וועבערמאן שליט"א האט געגעבן. ר' אהרן איז א איד מאנשי שלומינו וואס פאלגט און לעבט מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן, און ער איז געווען דער ערשטער מחותן וואס האט חתונה געמאכט מיט פינף יאר צוריק אין בית המדרש אין וויליאמסבורג, א זאך וואס האט זיינער צייט געמאכט העדליינס אין אלע חרד'ישע צייטונגען, אבער היינט איז עס שוין ב"ה אזא אפטע זאך עס קומען פאר צענדליגע חתונות א יאר פון פרייליכע און גליקליכע חתנים און כלות מיט זייערע עלטערן און קרובים, אז מען כאפט אפילו נישט וואס פארא ערד ציטערניש עס שפילט זיך אפ אונטער אונזערע פיס.
ר' אהרן האט שוין פון דעמאלטס ביז היינט חתונה געמאכט אין בית המדרש פינף קינדער און לכבוד דעם איז אפגעהאלטן געווארן א גאר אינפארמאטיוון אינטערוויו מיט'ן מחותן ר' אהרן, ווי אנטפלעקט פילע גאר אינטערעסאנטע זאכן איבער דעם נושא, וויפיל מענטשן בלוטיגן זיך אויס ביים חתונה מאכן די קינדער, און וויאזוי קלוגע אידן קענען חתונה מאכן די קינדער מיט פרייליכע הערצער.
ער לייגט אראפ ווי פון איין זייט וויפיל געלט מען שפארט זיך און פון די אנדערע זייט ווי עס פעלט ממש גארנישט, ער זיין ווייב און אזוי אויך די מחותנים, חתן כלה זענען גארנישט ווייניגער צופרידן און ווי שיין די חתונות אין ישיבה זעט אויס.
אזוי אויך גייט ער אריין אין נאך פארשידענע זאכן פון חתונה מאכן וואס מענטשן מיינען אז מען קען עס מסדר זיין נאר מיט אסאך געלט, און וויאזוי מען קען עס ערלעדיגן מיט גאר מינימאלע הוצאות וואס זעט זיך נישט אן אויפן בודשעט.
ר' אהרן שמועסט זייער שיין אויס וויאזוי א מענטש קען צוקומען צו דעם נאר דורך דעם וואס מען האט א צדיק וועם מען פאלגט. אויב א מענטש וואלט געפרעגט אן ערליכע איד אויף וואס און אויף וויפיל ער מעג ספענדן ביי די חתונות וואלטן רוב מענטשן זיך געקענט אן עצה געבן און מען וואלט נישט געדארפט גיין נאך געלט אדער זיך צוזאם בארגן.
דאס און נאך פילע אינטערעסאנטע נושאים ווערן אויסגעשמועסט אויף גאר אן אינטערעסאנטן אופן. דעם גאנצן אינטערוויו קען מען ליינען אינעם אינהאטלספולן "קרית ברסלב בלעטל" פון די וואך פרשת בהעלותך, אזוי אויך קען מען עס הערן אויפן "קול ברסלב" האטליין, ביי די שמועס צווישן די צוויי ברודער 4-5 פון די אידיש מעניו, שמועס פון פרשת נשא ב'.