הר"ר זלמן לייב פארקאש שליט"א מחשובי אנ"ש ממונה אלץ חבר וועד המקוואות שע"י קהל יטב לב
כז תמוז תשפ"ב 📝
אין קרית יואל איז א געוואלדיגע שמחה ביי אנשי שלומינו ווען הר"ר זלמן לייב פארקאש שליט"א וואס איז פון די אויסגערופענע תלמידי חכמים אין שטאט, וואס זיצט און לערנט שוין איבער צוואנציג יאר אינעם בארימטן מבצר הכוללים אין קרית יואל, וואס אויסער די אלע לימודים פונעם כולל איז די הייליגע תורה אלץ שגור על פיו, ווי ער לערנט כסדר דורך כל התורה כולה על פי סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבין אין יעדע מינוט וואס ער קען נאר. אין די אלע יארן האט ער שוין זוכה געווען צו ענדיגן צענדליגער מאל משניות, און מסיים זיין עטליכע מאל ש"ס אויפן רבי'נס וועג, במשך די יארן האט ער זיך משלים געווען אין אסאך מקצועות התורה, און יעצט האט ער זוכה געווען לברך על המוגמר און האט געענדיגט לערנען די שווערע קאמפליצירטע הלכות פון מקוואת.
דער בית הוראה דקהל יטב לב דסאטמאר אין קרית יואל, וואס האט אין די טעג מסדר געווען א וועד אויף פילע באזונדערע אפטיילונגען אינעם גרויסן בית הוראה וואס באדינט די טויזנטער תושבי העיר, האט אויסגעקליבן דעם גרויסן תלמיד חכם און מתמיד הר"ר זלמן לייב שליט"א צו דינען אלץ חבר אינעם וועד המקוואות, וואס אויסער וואס ער איז א בקי נפלא אין די אלע שווערע הלכות אין מקוואות האט ער שוין אויך קונה געווען אסאך פראקטיק אין די שווערע מקצוע.
אנשי שלומינו בכלל און תושבי קרית יואל בפרט וואונטשן א מזל טוב פאר רבי זלמן לייב שליט"א, מחשובי אנ"ש און שטאט, וואס פון די ערשטע מינוט וואס מ'האט געעפענט דעם ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב אויף העיס קאורט, האט ער זיך מוסר נפש געווען צו קומען דאווענען, אפילו ער האט געוואוינט גאר ווייט; עקסטער וואונטשט מען א מזל טוב פאר זיין חשובן פאטער וואס פירט דעם בית המדרש, הר"ר אברהם חיים שליט"א וזוגתו האשה החשובה תחי', וועלכע זענען זיך מוסר נפש פארן ביהמ"ד היכל הקודש די אלע יארן, אנגעהויבן מיטן אראפנעמען איין גאנצע דירה פארן בית המדרש, אזוי אויך וואך נאך וואך במשך די אלע יארן כולן שוין לטובה, מאכן זיי זיכער מיט אזא געטריישאפט און איבערגעגעבנקייט אז אלע געברויכן אין בית המדרש זאל נישט פעלן, אריינגערעכנט קידוש און שלש סעודות יעדע וואך שלא על מנת לקבל פרס; צו די זעלבע צייט אויך פאר זיין חשובן שווער הרה"צ ר' יושע באנדא שליט"א, וואס האט זוכה געווען צו א געוואלדיג קירבה ביי מוהרא"ש זי"ע ווען הרב רבי יושע זאל זיין געזונט האט באשיינט ביי די שמחות פון הר"ר זלמן לייב שליט"א אין בית המדרש פון מוהרא"ש זי"ע אין בארא פארק.
דער אייבישטער זאל העלפן אז הר"ר זלמן לייב שליט"א זאל ווייטער זען פרי בעמלו, און קענען ארויסהעלפן אידן להורות את דבר ה' זו הלכה, די זיידעס זאלן זען נחת ביי אלע קינדער און אייניקלעך.
כל שהוא תלמיד חכם ובנו תלמיד חכם ובן בנו תלמיד חכם שוב אין תורה פוסקת מזרעו לעולם (ב"מ פ"ה ע"א)