בני ברק. - ווי יעדע וואך, זענען זיך די תלמידים פון ראש ישיבה שליט"א צוזאם געקומען נעכטן זיך מחזק צו זיין אינאיינעם. מען געזיצן און זיך מחזק געווען מיט א געהויבענע אטמאספער, מיט א געוואלדיגע אחדות, ווען אינמיטן האט איינע פון די חשובע בחורים אפגעראכטן א סיום מסכת.
אינמיטן איז איז אנגעקומען א מעלדונג אז דער נייער מאשין פארן בית הדפוס איז נארוואס אנגעקומען אין שטאט. אלע האבן זיך תיכף אריינגעזעצט אין די קארס און צוגעפארן צום בית הדפוס אין שטוב פונעם מנהל בית הדפוס הרב נתנאל לעוו הי"ו צו פראווען א לחיים.
אנקומענדיג צום שטוב פון ר' נתנאל האבן זיי אים געטראפן לערנען גמרא און משניות, ווען ער "פארענטפערט" זיך, "איך דארף נאך ענדיגן מיינע לימודים פאר היינט", אבער האט תיכף זיך געוואנדן צו זיינע געסט ווייל "הפצה ווערט גערעכענט ווי לימוד התורה" (עיין ליקוטי מוהר"ן).
די התרגשות איז געווען זייער גרויס ווען יעדע פון די באטייליגטע האבן זיך אונטערגענומען צו פארשפרייטן דורכויס די וואך הונדערטער גליונות און קונטרסים "עצתו אמונה" איבער די גאנצע שטאט, אזוי אז מען איז אנגעקומען אינאיינעם צום גרויסן סכום פון 3,000 גליונות פאר די ערשטע וואך אליינס.
אויך האבן די משתתפים זיך אונטערגענומען צו שטיצן דעם בית הדפוס מיט חודשליכע קרעדיט קארד נדבות. צום סוף האט זיך דער עולם ארויסגעלאזט אין א טאנץ ארום דעם נייעם מאשין אויפן ניגון "ועל ידי הפצת ספרי רבינו, נביא את משיח צדקינו".
דער מנהל בית הדפוס הרב נתנאל לעוו הי"ו - וואס זיין הויז איז שוין אזוי אויך פארוואנדעלט אין א ברסלבע צענטער - האט געמאלדן, אז בקרוב וועט מען אנהייבן דאווענען די שבת'דיגע תפילות ביים אים אינדערהיים. דערנאך איז זיך דער עולם צוגאנגען מיט פילע קבלות טובות פון הפצה.
דערנאך האבן די מפיצים - יעדער באזונדער - פארציילט און רעקארדירט זייער הפצה טאטן וואס זיי טוען, און דערנאך איז מען געגאנגען אפכאפן פון נאך מפיצים אין שטאט זייערע מעשיות פון הפצה.
אין אנדערע נייעס פון ארץ הקודש ווערט געמאלדן אז היינט דאנערשטאג נאכט פרשת בא, וועלן זיך די מפיצים צוזאם קומען אין ירושלים עיה"ק אין גרויסן ביהמ"ד אום 9:00 ביינאכט, ווי די מפיצים וועלן פארציילן זייערע מעשיות פון הפצה.
דער נייער בית הדפוס אין שטוב פון מו"ה נתנאל לעוו הי"ו
כינוס התחזקות וכינוס המפיצים אין בני ברק - מיטוואך בא תשפ"א
ועל ידי הפצת ספרי רבינו, נביא את משיח צדקינו