וואַגנער פירער יעווגאַני פריגאָזשען אומגעקומען אין עראפלאן קראך
ו אלול תשפ"ג 📝
די לעצטע צייט האט די וועלט כסדר געהערט פונעם קוראיזן רוסישער פארשוין יעווגאני פריגאזשען. "פריגאזשען זאגט", "פריגאזשען טענה'ט", "פריגאשען האט איינגענומען." ער איז כסדר געווען אין די נייעס.
ווער איז ער, און וואס איז זיין געשיכטע? פריגאשזען האט אנגעהויבן זיין קאריערע אלץ א פשוט'ע קעכער אין א רייכע רעסטוראנט, וואו ווילאדמיר פוטין פלעגט גלייכן צו קומען עסן, דער פריגאשען האט זיך שטארק גע'חנפ'עט צו פוטינען און זענען געווארט שטארק באפריינדעט. זייער פריינטשאפט איז נאר געווארן שטערקער און שטערקער מיט די צייט, פוטין האט פון זיין זייט זיכער געמאכט גרויס און רייך צו מאכן זיין פריינט, ער האט אים צוגעטיילט פעטע קאנטראקטן פון די רעגירונג, און ווען פוטין האט געזוכט א פאסיגע מענטש איבערצונעמען דעם פריוואטן מיליטערישע גרופע "וואגנער", האט ער עס צוגעטיילט צו זיין געשוואוירענע פריינט יעווגאני פריגאשען.
פון די אנדערע זייט האט פריגאשען געטריי געדינט זיין אויבערהאר, און האט ערפילט די רוסישע אינטערעסן און אויסגעפירט פוטינ'ס באפעלן אין פילע לענדער און קאנטינענטן. פילע אטענטאטן אויף פוטין פיינט וועלכע זענען "געפלויגן פון די פענסטער" ווערן צוגעשריבן צו אים, אזוי אויך דער רוסישער אינוואזיע אויף אוקראינע און יאר תשע"ד ווערט געקרעדיט צו זיין וואגנער גרופע.
דאס איז געווען איבערהויפט צוליב וואס רוסלאנד האט דאן געדארפט שפילן כאילו עס האט גארנישט מיט אים, עס איז פשוט אן אויפשטאנד פון לאקאלע אוקראינע בירגער וועלכע זענען אומצופרידן און דרייען איבער. פאר דעם איז די וואגנער גרופע געווען ממש צוגעפאסט, צוליב וואס זיי זענען א ציווילע און פריוואטע מיליטערישע גרופע.
די הויכפונקט פון דעם יעוונגאני איז בלי ספק געווען זיין חדשים לאנגע קאמף איינצונעמען דעם שטעטל באכמוט, ווען די וואגנער קעמפער האבן דארט געקעמפט מיט ציין און נעגל, אבער דאס איז אויך געווען די אנהויב פון זיין שנעלע ענדע. די שווערע קאמפן האבן איבערגעלאזט זיין גרופע צוביילט און צוקלאפט, און נישט האבנדיג וועם צו באשוליגן האט פריגאזשען כסדר זיך געלזאט העכער און העכער מיט אפענע און בייסיגע קריטיק קעגן דעם מיליטערישע פירער שייגא. ביז עס האט זיך דערקייקעלט צו א פולשטענדיגע אויפשטאנד קעגן די מיליטערישע פירער, וואס פוטין האט כלומר'שט צום סוף מוחל געווען ווען פריגאזשען מיט זיין באנדע האבן זיך אוועקגעדרייט פון מאסקווע און אנטרינען קיין בעלארוס.
פוטין אבער געווארט אויפן טאג ווען ער וועט קענען נקמה נעמען, און ווי עס שיינט האט ער יעצט געטראפן זיין געלעגענהייט, ווען פריגאזשען איז ארויף אויף זיין פריוואטע פליגער, האט די רוסישע רעגירונג - לויט די ערשטער באריכטן - באשאסן דעם פליגער מיט אנטי עירקרעפט מיסלס, און דערמיט אומגעברענגט דעם פריגאזשען מיט אלע אנדערע מיטרייזענדע.
דאס איז א קלאסישער ביישפיל פון וואס חז"ל זאגן אונז אין מסכת אבות "עַל דַּאֲטֵפְתְּ אַטְפוּךְ וְסוֹף מְטַיְּפַיִךְ יְטוּפוּן", "דו ביסט דערטראנקען געווארן, ווייל דו האסט א צווייטן דערטראנקען, און די וואס האבן דיר דערטראנקען וועלן אויך דערטראנקען ווערן". דער ראש ישיבה זאגט אונז כסדר אז דיין בעל הבית הייסט דיר טשעפען א צווייטן, רודפ'ן א צווייטן זאג אים "דאס וועל איך לאזן פאר דיר", און אויב דו מיינסט אז עס איז הפקר וועלט, דו וועסט ווארפן מענטשן, וועט נישט לאנג נעמען און דו וועסט אליינס געווארפן ווערן.
נאך מער זעט מען פון די פרשה די אמת'ע באדייט פון "חברים. אסאך וועלן זיך שווערן "איך האב אן אמת'ע חבר", און מען געבט אוועק פאר'ן חבר ביידע וועלטן, מען פארברענגט מיט חברים, מען איז מנדב נאכטמאלס פאר די חברים, און ווען די ווייב בעט געלט פאר א גוי'טע שרייט מען "דו עסט מיר אויף מיין געלט!". מוהרא"ש פלעגט זאגן, "א מענטש אויף דער וועלט איז גענצליך אליינס, מען האט נאר דעם אויבערשטן. נאר אויף אים קען מען זיך פארלאזן. אבער אויב איז דא א חבר איז עס נאר די ווייב, ווייל א חבר איז נאר א חבר ווען ער דארף דיר האבן, אבער אין די רגע עס וועט אים אויסקומען בעסער, וועט ער זיין דער ערשטער דיר צו באגראבן."
דא ביי די פרשה פון פריגאזשען שיינט עס ארויס. פריגזשען מיט פוטין זענען געווען צוויי מערסט געטרויבארע חברים, פוטין האט אים געטרויעט מיט אלעמען, און פריגאזשען האט אים געדינט ווי א קנעכט. אבער ווען עס האט אים געלוינט, איז פריגאזשען פלוצלינג גרייט געווען אראפ צו ווארפן פוטין, און ווען פוטין האט געהאט א שאנס, האט ער אן קיין צעגערייען אומגעברענגט זיין בעסטן חבר.