וואונדער אין די הימלען: ליקוי חמה און פליעדיגע שטערן
כח אב תשפ"ו 📝
מארגן מיטוואך ווערן ערווארטעט אינטערעסאנטע זאכן אין די הימלען. מיר וועלן האבן מיט'ן אויבערשטנס הילף צוויי אסטראנאמישע וואונדער אין איין טאג: א ליקוי חמה בייטאג, און א "מעטעאר שאוער" (פליעדיגע שטערן) ביינאכט.
דא אין די ניו יארק און ניו דזשערסי געגנט וועט די זון זיין בלויז טיילווייז פאַרדעקט - נאר בערך צען פּראָצענט. עס וועט זיך אנהייבן בערך 1:07 נאכמיטאג, דערגרייכן דעם קלימאקס ארום 1:50, און זיך ענדיגן בערך 2:40. אבער אין עטליכע פלעצער אין די וועלט, ווי אין חלקים פון שפאניע און אייסלאנד, וועט עס זיין א פולקאמע ליקוי חמה.
אבער חמירה סכנתא מאיסורה; עס איז א געפערליכע סכנה צו קוקן אויף די זון אן ספעציעלע "ליקוי חמה גלעזער". מען קען ממש בלינד ווערן ח"ו. און וויבאלד עס וועט בכלל נישט טונקל ווערן דא, וועט מען סייווי גארנישט קענען זען אן די ספעציעלע גלעזער.
דערנאך ביינאכט וועט קומען די גרעסטע "מעטעאר שאוער" פונעם יאר. דאס יאר וועט עס זיין א ספעציעלע געלעגנהייט דאס מיטצוהאלטן, וויבאלד עס פאלט אויס אנהייב חודש (ראש חודש) און דער הימל איז טונקל אן קיין "לייט פאלושן" פון די לבנה. אויב מען וועט גיין צו א טונקל פלאץ און ארויפקוקן צום אפענעם הימל, וועט מען בעז"ה קענען זען עטליכע פליעדיגע שטערן יעדע פאר מינוט. דאס איז א זאך וואס איז זייער אינטערעסאנט; ווען מען זעט עס דארף מען דאנקען דעם אויבערשטן, און דאס איז על פי הלכה - מען דארף מאכן דערויף די ברכה "עושה מעשה בראשית".
עס איז אינטערעסאנט צו באמערקן, אז אין אייסלאנד ווערט כמעט נישט טונקל ביינאכט אין די זומער חדשים. אבער יעצט, צוליב די ליקוי חמה וואס זיי גייען האבן מיטוואך, וועט דארט פלוצלינג ווערן אינגאנצן שווארץ און טונקל אינמיטן העלן טאג. ווען מיר באטראכטן די וואונדער פון א ליקוי חמה, קענען מיר ארויסנעמען א שיינעם לימוד למעשה: די מעכטיגע זון איז א ריזיגער פייער וואס ברענט און שיינט פונדערווייטנס, אבער אויב עפעס א קליינע זאך קומט נאנט צו אונז, קען עס פארשטעלן די גרויסע ריזיגע זון און עס קען ביי אונז ממש טונקל ווערן. דער הייליגער צדיק איז צוגעגליכן צו די זון; ער באלייכט יעדן וואס קומט צו אים, ער ווארעמט אן, און גיט האפענונג און א קלארן וועג צו לעבן, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות. אבער, אויב מען הערט אויס לצים, קען די גאנצע ליכטיגקייט ווערן פארשטעלט. עס איז א גרויסע סכנה זיך געפינען אין די געגנווארט פון לצים; איין קליינע ליצנות, א מאך מיט די האנט, אדער א קרום מיט די נאז — קען חלילה אינגאנצן פארטונקלען אונזער לעבן. נעכטן האב איך נאך געברענט צום אויבערשטן, מען האט מעביר סדרה געווען, זיך געפריידט מיט יעדע מצוה און געקוקט גוט אויף יעדן איינעם, אבער פלוצלינג ווייס איך נישט וואס עס איז געשען — אלעס איז מיר טונקל, איך שפיר נישט קיין טעם אין דאווענען, און יעדע זאך איז ביי מיר אפגעפרעגט. וויסן זאלסטו, אז אפשר איז דא א "ליקוי חמה" ביי דיר; אנטלויף פון די לצים, און עס וועט דיר צוריק ליכטיג ווערן.
מה רבו מעשיך ה', כולם בחכמה עשית.
פאר קאמענטארן אדער שאלות, ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447, אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.