קומענדיגן מאנטאג פרשת תזריע כ"ט אדר ב' אביסל נאך דריי אזייגער נאכמיטאג וועלן איינוואוינער אין די אויבערשטע חלקים פון ניו יארק סטעיט האבן א זעלטענעם טאטאלע ליקוי החמה, אן ערפארונג וואס לאזט איבער גאר א גרויסע רושם אויף א מענטש.
 
א ליקוי החמה - אדער ווי עס הייסט אויף ענגליש אן עקליפס - קען נאר אויספאלן אין א ראש חודש, (בעסער געזאגט ביים מולד) ווען די לבנה און די זון גייען דורך איינע דעם צווייטן, און וויבאלד די צוויי גייען נישט ממש אינעם זעלבן רינג, פאסירט עס נישט יעדן ראש חודש, נאר ווען די צוויי קומען זיך ממש צוזאם. אבער אפילו ווען זיי קומען זיך יא ממש צוזאם פאסירט נישט אייביג א טאטאלע ליקוי וויבאלד די זון איז נישט אלץ די זעלבע ווייט פון די וועלט, און נאר אויב די לבנה איז גענוג נאנט, און די זון גענוג ווייט דאן פאסירט א טאטאלע ליקוי.
 
פאר עטליכע יאר צוריק איז שוין געווען א טאטאלע ליקוי החמה אין אמעריקע וואס מען האט געקענט זען אויך אין ניו יארק סטעיט, אבער דא האט מען נאר געקענט זען דעם ליקוי בערך 70 פראצענט, און כדי עס צו קענען זען האט מען געדארפט אריבערפארן עטליכע סטיעטס כדי עס צו קענען מיטהאלטן.
 
עטליכע אינטערעסאנטע פאקטן איבער דעם קומענדיגן לויקי החמה אין אמעריקע: דער טאטלע ליקו וועט דורכלויפן עטליכע סטיעטס אין אמעריקע אריינגערעכענט טעקסאס, ארקענסא, מיזורי, אילינוי, אינדיאנא, אהייא, און מעין. דער יעצטיגער ליקוי וועט זיין זייער א לאנגע ליקוי (אין פארגלייך צו אנדערע) פון בערך פיר מינוט (אין די צענטער פונעם ליקוי וועג), אין ניו יארק סטעיט וועלן די פאלגענדע שטעט זיין אין די מיטעלסטע חלק פון די ליקוי: באפעלא (בערך 4 און א האלב שעה דרייוו פון שטעטל), ראטשעסטער (3 און א האלב שעה), וואס איז מעריב ניו יארק, און פלאטסוברג (בערך 4 שעה פון מאנסי) צפון פון ניו יארק. אבער אויך סיריקיוז (2 און א האלב שעה פון שטעטל) וועט זיין אינעם ליקוי. ווען די טאטליטעט וועט זיך אנהייבן וועט פלוצלינג ווערן שטארק טונקל, בערך אזוי ווי ביי צאת הכוכבים און א קיל ווינטל וועט זיך נעמען בלאזן, וואס וועט אנהאלטן מערסטענס בערך פיר א האלב מינוט (ווענדט זיך אויך יעדע פלאץ ווי לאנג), און דערנאך וועט צוריק ווערן ליכטיג. נאסא שרייבט אז אין באפעלא ניו יארק וועט זיך די ליקוי ציען פון 2:04 נאכמיטאג ביז 4:32, און די טאטאליטעט וועט זיך ציען פון 3:18 ביז 3:22.
 
מען דארף שטארק אכטונג געבן אויף די אויגן און מען טאר בשום אופן נישט קוקן אויף די זון ווייל די אויגן זענען זייער האקל און מען קען חלילה שעדיגן די אויגן. פון אונזערע געגענטער אין ניו יארק וועט מען קענען זען זען א טיילווייזער ליקוי, מיט ספעצילע ליקוי גלעזער וועט מען זען ווי אינמיטן טאג קומט אן די לבנה, און "בייסט אריין" אינעם זון, וואס פארט צוביסלעך טיפער און טיפער, ביז בערך 3:20 ווען עס קומט אן די קלימאקס. און פונקט ווי די פריערדיגע מאל וועלן לכאורה זיך יאווען פילע געשעפטן וואס וועלן פארקויפן די ספעציעלע גלעזער, וואס לוינט זיך צו קויפן כדי צו קענען זען די געוואלדיגע וואונדער פון באשעפער, ווי די זון און די לבנה גייען אויף זייער פונקטליכע גאנג שוין עטליכע טויזענט יאר אן זיך צו רירן פון זייער וועג אפילו א משהו.
 
ביים ליקוי קען מען זען די האקעלקייט פון די אויגן בגשמיות, ווי מיט איין שלעכטע קוק קען מען חלילה האבן צרות יגון ואנחה פאר א לאנגע צייט, און עס איז זייער שווער אויסצוהיילן אויגן וואס זענען געשעדיגט געווארן פון קוקן אויף א זאך וואס איז נישט גוט פאר איר. אבער די זעלבע זאך געשעט ברוחניות, און מיר דארפן גלייבן וואס אונזערע צדיקים האבן אונז געווארענט ווי שטארק מיר דארפן אכטונג געבן אויף די אויגן, און כאטש עס העלפט תשובה, מען קען אייביג צוריק קומען צום אויבערשטן, אבער מען פלאגט זיך זייער שטארק מיט די אויגן וואס האבן געקוקט אויף שלעכטע זאכן. מיר דארפן פאלגן די צדיקים און נוצן א פילטער וואס קען באשיצן די אויגן, און אוועקווארפן די אלע כלים וואס מען קען זען דערויף שלעכטע זאכן. ווייל אויב מען קוקט אויף שלעכטע בילדער, שאדט עס זייער פאר אונז.