וואלד פייערן אין צפון מזרח אמעריקע
י חשון תשפ"ה 📝
ווי שוין באריכטעט הערשט א געוואלדיגע טרוקעניש אין די מזרח צפון שטאטן פון אמעריקע, נאכדעם וואס עס האט כמעט נישט גערעגענט אין די לעצטע צייט, יעצט קומען אריין באריכטן פון ערנסטע וואלד פייערן וואס בוזשעווען אין די געגענט.
טייל שרייבן עס צו צו גלאבעל ווארעמינג אדער גאר צו "קליימעט טשענידזש", וויאזוי עס זאל נישט זיין, ווען מען באקומט נישט גענוג רעגן, דאס איז די הייליגע תורה, ווערט מען פארטרוקענט, און אויסגעדארשט, און יעדע קליינע פונק צינדט אן א פייער, וואס איז זייער שווער צו פארלעשן. היינט ווען עס הערשט אזא טרוקעניש, דארף מען זען צו טרונקען יעדן טאג אביסל חומש, משניות, גמרא, שולחן ערוך. און זיכער זאל מען חלילה נישט שטערן די פייערלעשער וואס קומען מפיץ זיין די וואסער - די ווערטער פון די הייליגע צדיקים וואס זענען בכח ארויסצונעמען א איד פון די נידעריגסטע פלאץ ווי ער זאל זיך נישט געפונען. אפילו עס איז שוין שטארק פארשפרייט.
צענדליגע פייער קאמפאניס - אריינגערעכענט מצילי אש פון קרית יואל - ארבעטן שווער צו באקעמפן דעם פייער וואס האט שוין באוויזן צו פארשפרייטן א שווערע רויעך אינעם גאנצן אומגעגעט. דער אויבערשטער האט געהאלפן אז נעכטן האט זיך אראפ געלאזט א שטיקל רענגדל אינעם געגענט וואס האט אביסל אויסגעקלארט די לופט, אבער דערווייל גייען נאך די פייערן אן זייער שטארק.
עס איז זייער שווער צו אויסלעשן א וואלד פייער, איינע פון די עיקר וועגן איז צו אפשטלען דעם געלויף דורך אויסשניידן א גרויסע ליידיגע שטח אין וואלד איידער די פייער קומט אן אהין, וואס דינט ווי א מויער פאר די פייער וואס קען נישט אריבערטאנצן די ליידיג שטח. דא איז דאס זייער שווער צו טון צוליב די בערג און טאלן פונעם פייער, און מען בעט דעם אויבעשטן דער "משיב הרוח ומוריד הגשם" זאל שיקן א גוטע רעגן און אויסלעשן דעם שווערן פייער.