וואלונטירן געזוכט ראש השנה אין אומאן
ז תמוז תשפ"א 📝
קרעדיט: הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א
אין אומאן קומט יעצט פאר העפטיגע ארבעט ביים בנין היכל הקודש, צוצוגרייטן דעם בנין אויפ'ן שענסטן און בעסטן פארנעם, צו קענען ארייננעמען די פילע אנשי שלומינו וואס ווילן מיטהאלטן א געהויבענעם ראש השנה אין אומאן מיט'ן ראש ישיבה שליט"א.
אזוי ווי עס איז ערווארטעט גאר א גרויסער עולם דאס יאר אין אומאן, זוכט מען וואלונטירן וואס זענען גרייט ארויסצוהעלפן מיט די ארבעט אין אומאן אין די טעג פון ארום ראש השנה. ס'איז דא פארשידענע סארט ארבעט פאר יעדן איינעם, ווער עס וויל נעמען א חלק אין די גרויסע זאך, קען רופן 347-452-1936.
אויך קען מען רופן דעם זעלבן נומער צו דינגען א בעט אינעם בנין פאר ראש השנה תשפ"ב הבעל"ט.
פילע אידן גרייטן זיך שוין אויף די נסיעה צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה קיין אומאן, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געבעטן אז יעדער זאל קומען צו אים אויף ראש השנה, און ער האט צוגעזאגט געוואלדיגע הבטחות אויף דעם.
דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הראש השנה שלי עולה על הכל", "ראש השנה ביי מיר איז גרעסער פון אלעס", "מיין גאנצע זאך איז ראש השנה", "קיינער טאר נישט פעלן". ווי פארכטיג איז דער יום טוב ראש השנה ווען מ'שרייבט אפ אין הימל פאר יעדן מענטש אלעס וואס וועט פאסירן צו אים במשך די גאנצע יאר, און דער רבי האט זיך אונטערגענומען אז ער וועט זיין אן אדוואקאט פאר די אלע וואס קומען צו אים אויף ראש השנה, ער וועט זיכער מאכן אז מ'וועט אנשרייבן פאר זיי א גוט געבענטשט יאר. ווען א מענטש הערט אזעלכע געוואלדיגע הבטחות, וויל ער דאך זיכער קומען צום רבי'ן אויף ראש השנה, און מען זעט טאקע אז יעדעס יאר קומען צו נאך טויזנטער אידן פון איבער די גאנצע וועלט מיטצוהאלטן דעם רבינ'ס ראש השנה אין אומאן.
וכל באי עולם יעברון לפניך כבני מרון!