דער ראש ישיבה שליט"א חזר'ט מיט אונז כסדר אז זאכן וואס פאר אונז פשוט'ע מענטשן זעט עס אויס ווי נישטיג און קלייניגקייטן, צום ביישפיל בארד און פיאות, זינגען זמירות שבת, א טבילה אין מקוה, און די אלע טאג טעגליכע מצוות וואס "יעדער" טוט, ביים אויבערשטן אבער איז עס ווערט א פרייז וואס מיר קענען נישט באגרייפן.
 
א גוטע ביישפיל דערפאר האבן מיר געזען די וואך, ווען דער ריזיגער ריטעיל פירמע "וואלמארט" האט איבערגעמאכט זייער באקאנטע לאגא. דער פירמע פארמאגט איבער צען טויזענט געשעפטן איבער נייצן לענדער, בערך האלב דערפון אין אמעריקע, זייער איינקונפט אינעם יאר 2024 למספרם איז געוען איבער זעקס הונדערט טריליאן דאלער, זיי פארמאגן איבער צוויי מיליאן ארבייטער אין די גאנצע וועלט, היבש מער פון האלב דערפון אין אמעריקע. זייער באקאנטע לאגא וואס איז געווען דאס ווארט "וואלמארט" אין א הימל בלויער קאליר, און א געלער שטערן אין א בלויער בעקגראונד, זיי האבן עס יעצט געטוישט צו א מער שארפע בלוי, און געמאכט דאס ווארט "וואלמארט" אביסל דיקער.
 
ווען מיר קוקן דאס אן זעט עס אויס פאר אונז אז א צען יעריג קינד וואלט געקענט מאכן דעם טויש, אויסער טוישן דעם קאליר צו א פשוטער בלוי, און דרוקן "קאנטראל-בי" אויף די ווארט וואלמארט זעען מיר גארנישט דא. וואלמארט אבער זאגט אז דער טויש וועט זיי קאסטן א געשאצטע $3,700,000 דאלער. איר האט גוט געליינט דריי פוינט זיבן מיליאן דאלער. אמת אז אין דעם איז אריינגערעכענט אסאך זאכן ווי צום ביישפיל אויפנעמען גאר טייערער דיזיינערס וואס נעמען געפעפרטע פרייזן פאר דאס מינדעסטע ריר, ריסוירטשערס סטראטעגיסטן, קאנסאלטענטס, און לאיערס וואס זאלן עס באגלייטן. אזוי אויך רעכענט עס אריין דאס וואס זיי וועלן יעצט דארפן טוישן דעם לאגא אויף יעדן פלאץ ווי זיי נוצן עס, אריינגערעכעטן די טויזנעטער פיזישע סטארס, אנליין סטארס און אזוי ווייטער.
 
אבער דאס ווייזט אונז עפעס. ווען דער צדיק אונזער קאנסאלטענט, אונזער עקספערט, וואס האט געמאכט די נויטיגע ריסוירטש, ער האט די נויטיגע "קרידענשעלס" און ווייסט די קליינע זאכן וואס עס מאכט אויס. ער זאגט אונז צו טוישן דעם קאליר אביסלעלע. קוק ארויף אויפן הימל, געב א שמייכל, רעד א ווארט צום אויבערשטן, א ווייב איז א חשובע זאך, אין די קינדער לוינט זיך צו אינוועסטן, מאך נישט קיין חובות, מען קען נישט יוצא זיין פאר מענטשן און אזוי ווייטער - גלייב אים, די קליינע חילוקים זענען גאר גרויס. 
 
דער רבי זאגט אין חיי מוהר"ן סימן תק"ד "מֵעִנְיַן הַפְלָגַת גְּדֻלַּת הָאָדָם אָמַר כְּשֶׁהָאָדָם עוֹשֶׂה כָּךְ בְּיָדָיו נַעֲשֶׂה כָּךְ בְּכָל הָעוֹלָמוֹת, וּכְשֶׁעוֹשֶׂה כָּךְ בְּיָדָיו נַעֲשֶׂה כָּךְ בְּכָל הָעוֹלָמוֹת. וְאָמַר בְּזוֹ הַלָּשׁוֹן: "וָואס טַייטְשׁ אַמֶענְשׁ אַז עֶר טוּט אַזוֹי אַמַאךְ מִיט דֶער הַאנְד וֶוערְט אַזוֹי גִיטָאן אִין כָּל הָעוֹלָמוֹת, אִין אַז עֶר טוּט אַזוֹי אַמַאךְ מִיט דֶער הַאנְד וֶוערְט אַזוֹי גִיטָאן אִין כָּל הָעוֹלָמוֹת":" די טייערע עקספערטן וואס האבן שטודירט לאנגע יארן האלטן אז עס לוינט זיך פאר וואלמארט צו צאלן כמעט פיר ביליאן דאלער פאר דעם פיצעלען טויש, ווייל דאס וועט זיי ברענגען הונדערטערער מיליאנען דאלאר רווחים מער במשך די קומענדיגע יארן.