אין די פאראייניגטע קעניגרייך (UK) האט רישי סונאק דער געוועזענער פרעימיער מיניסטער פון די קאנסערוואטיווער פארטיי אויפגעגעבן אויפן פארמעסט נאכן נישט קענען צוזאם שטעלן א רעגירונג צום לעיבאר פארטיי פירער קיער סטארמער וואס האט באקומען דעם מאנטאד צוזאם צו שטעלן דעם נייעם רעגירונג אין גרויס בריטאניע.
 
אין פראנקרייך האט זיך אריסגעשטעלט א דריי שפיציגע פארמעסט, ווי די לינקע האבן אינאיינעם אנגעצויגן בערך 180 זיצן, די צענטעריסטן בראש פונעם יעצטיגן פרעזידענט מאקרון האבן באקומען ארום 160, און די רעכטע פארטייען האבן באקומען בערך 140, וואס מאכט אז קיינער האט נישט קיין רוב, און איז זייער אומקלאר ווער וועט באקומען די פירערשאפט פאזיציע.
 
אין איראן איז פארגעקומען וואלן נאכדעם וואס דער ביז יעצטיגער פרעזידענט ראַאיסי איז גע'הרג'עט געווארן אין אן עראפלאן קראך, דארט האט איינער מיט'ן נאמען מאסוד פעזשעקיען געווינען די וואלן. מאסוד איז רעלאטיוו מעסיג קעגן סאַאיד דשאלילי וואס האט פארלוירן די וואלן.
 
ביי אלע דריי פעלער זעט מען ווי די אמטירענדע רעגירונגען האבן שטארק פארלוירן צו די אנדערע פארטיי, ווען די וויילער לייגן אן אלע זייערע פראבלעמען אויף זייער פרעימיער מיניסטער אדער פרעזידענט. מיר דארפן געדענען נישט צו זיין אזוי נאריש, ווען מיר האבן פראבלעמען איז נישט די יו ען שולדיג, אויך נישט נאטא, און נישט טראמפ אדער ביידען, נישט גאווערנאר האקול אדער מעיאר עריק עדעמס.
 
סיי אלע אונזערע הצלחות און סיי אונזערע נסיונות אלעס קומט פונעם באשעפער, ער וויל אז מיר זאלן זיך ווענדן צו אים, אים דאנקען פאר אלע זיינע חסדים, מיר האבן א דאך איבערן קאפ, מיר האבן וואס אנצוטון, מיר האבן צו עסן, ב"ה עס זענען דא שמחות ביי אידישע קינדער, מען איז זוכה צו לערענען יעדן טאג אביסל, מען דאווענעט, מען לייגט תפילין, מען גיסט אפ נעגל וואסער, מען רעדט שיין צו די ווייב/קינדער/עלטערן, וואס האבן מיר זיך צו באקלאגן?
 
און אויב מיר כאפן אמאל א שנעלקע, זאכן גייען נישט ווי מיר ווילן, דארפן מיר זיך אויפוועקן, דער אויבערשטער דערמאנט אונז מיר זאלן נישט טראכטן אז דער עסקן אדער יענער בדחן קען אונז העלפן. דו האסט טראָומע? דארפסט טעראָפי? רעד זיך אויס צום אויבערשטן, פארצייל אים אלעס וואס עס איז דיר אריבער אין לעבן; אלע וואס האבן געלאכט פון דיינע דורכפעלער, אלע וואס האבן דיר געבוליט און געפייניגט; טו עס איינמאל און נאכאמאל ביז אלע טראָומע וועט ארויסגיין פון דיר. קענסט מאכן אן אפּוינטמענט ביים גרויסן טעראָפּיסט אונזער טאטע אין הימל שוין יעצט, ער איז אוועיליבל, און ער ווארט שוין אויף דיר.
 
משפיל גאים עדי ארץ ומגביע שפלים עדי מרום