וואס איז די באדייט פון דער באגריסונג "גוט מארגן"?
כה אייר תשפ"ד 📝
שאלה: וואס איז פשט וואס מען גריסט זיך אויף אידיש "גוט מארגן" און נישט "גוט היינט"?
ענטפער: דער פשוטער ענטפער ליגט אין די באדייט פונעם ווארט "מארגן", היינטיגע צייטן באדייט געווענליך דאס ווארט "דער קומענדיגער טאג", אבער אמאל האט עס געמיינט ווי מען וואלט היינט געזאגט "אינדערפרי". אין די פריערדיגע גילגולים פון אידיש, ווען עס איז געווארן נאכט, און מען האט געוואלט זאגן אז ווען עס וועט ווערן ליכטיג וועט מען עס טון, האט מען געזאגט "מען וועט עס טון מארגן", וואס האט באדייט "מען וועט עס טון אינדערפרי", און ווען עס איז געווארן ליכטיג, האט מען זיך באגריסט "א גוט מארגן", וואס האט באדייט "א גוטן אינדערפרי", פונקט ווי מען גריסט זיך ווען עס ווערט נאכט "א גוטע נאכט", אבער ווי דער סדר ביי שפראכן גייען, אז מיט די צייט ווערט עס אנטוויקעלט דורכדעם וואס מענטשן קומען און גייען פון נייע פלעצער, האט עס אנגענומען אן נייע באדייט, ווייל דער זאץ "מען וועט עס טון מארגן" האט אויסגעזען כאילו מען זאגט אז "מען וועט עס טון דער קומענדיגער טאג", און היינט פארשטייט מען שוין נישט פארוואס מען גריסט זיך "גוט מארגן".
עס זענען נאך דא אסאך ווערטער וואס האבן מיטגעמאכט אן ענליכער גורל, צום ביישפיל א משל וואס דער ראש ישיבה האט אמאל דערמאנט דאס ווארט "באלד", עס איז דא א באוויסטע ניגון וואס טייל זינגען פסח נאכן סדר "אלמעכטיגער גאט" וואס איז געשריבן אויף "אלט אידיש" מען זינגט דארט "אלזא שיר און אזא באלד און אונזער טאגן שירה"; וואס מיינט דאס אז מען בעט דעם אויבערשטן אינעם ליד אז משיח זאל קומען "באַלד - אביסל שפעטער"? נאר אין אלט אידיש האט "באלד" געמיינט אזוי ווי אין היינט אידיש "שוין", אבער פונקט ווי היינט מענטשן זאגן ליידער מענטשן אפט "איך קום שוין" און עס מיינט "אביסל שפעטער", זעט אויס אז דאס איז אויך געווען אמאל, און צוביסלעך האט דאס ווארט "באלד" זיך געטוישט אין באדייט צו טאקע דאס, און "שוין" האט איבערגענומען איר ארט.
אמאל מיינט א מענטש וואס איז שוין "איך האב סתם עפעס געזאגט", אבער א מענטש דארף וויסן אז א ווארט האט א גרויסע כח. א איד דארף זיך איינגעוואוינען צו רעדן אן איידעלע שפראך, נישט נוצן פאר קיין געלט אויף די וועלט קיין שלעכטע "לעיבל" אויף א צווייטן, און חס ושלום קיינמאל נישט שעלטן, אדער נוצן מיאוסע אויסדרוקן, און ווער רעדט נאך פון ניבול פה חלילה. א מענטש דארף זיך אזוי שטארק צוגעוואוינען צו רעדן איידל, און א מענטש איז דאך נאר א מענטש, און אפילו אין די זעלטענע פעלער ווען ער ווערט שוין יא חס ושלום גערעגט זאל עס ארויסקומען מיט א ברכה "געבענטש זאלסטו זיין", "קום שוין אהער פאר א גוט יאר", "חכם וואס דו ביסט", און אזוי ווייטער.
ווען מען זאגט פאר א מענטש וואס איז נישט צוגעוואוינט צו רעדן שיין און געבן קאמפלימענטס ער זאל עס אנהייבן צו טון, קען צומאל זיין די רעאקציע "עס קומט נישט אריין", "סתם זאגן 'איך האב דיך ליב'", "ס'א בעיבישע זאך". אמת אמת, אבער מיין טייערע חבר, קריטיקירן, און רעדן נעגאטיוו וואס דו טוסט יעדן טאג ביי יעדע געלעגענהייט קומט אסאך מער נישט אריין, און סתם זאגן "פארוואס קענסטו זיך נישט צוזאם נעמען" איז אסאך מער א בעיבישע זאך, אויב מיר פירן זיך סייווי אויף ווי בעיביס, לאמיר כאטש בויען וועלטן.
החיים והמוות ביד הלשון
שיקט אייערע שאלות צו askgershon@gmail.com.