שאלה: איך וואונדער מיר וואס מיינט די פארשידענע קאלירן געספרעיטע ליינס אויף די גאסן אין שטאט, נאך מער זע איך אז אפילו ווען מען פעיווט איבער די גאסן, מאכן די ארבעטער זיכער איבערצושרייבן די ליינס. איך וואלט געוואלט וויסן וואס דאס מיינט. ישר כח, נפתלי הירצקא.
 
די ליניעס וואס זענען ארויפגעספריעט אויף די גאסן זענען בכלל נישט קיינע געהיימע קאודס, איך האף אז איר וועט נישט זיין אנטוישט געוואר צו ווערן אז דער תירוץ אויף דיין שאלה איז בכלל נישט קיין דראמאטישע אויפדעקונג. די ליינס קומען פשוט צו אנדייטן אז דארט אונטער די ערד געפונען זיך "יוטיליטי ליניעס". ווי מיר וועלן באלד אביסל ערקלערן. די קאלירן קומען צו לאזן וויסן וועלכע ליניעס געפונען זיך דארט אונטער די ערד. און וויבאלד זיי זענען פיל מאל זייער וויכטיג, דארף מען זיי תיכף ווידער פארבן, אויב זיי זענען געווארן איבערגעדעקט ווען מען מאכן איבער די גאסן.
 
אין ניו יארק סידי באדייטן די קאלירן ווי פאלגענד: רויט ווייזט אויף פייער ליינס. דארט אונטער די ערד לויפן די פייפס וואס פירן וואסער צו די פייער היידרעינטס. געל איז פאר געפארפולע זאכן ווי נאטורליכע גאז, און אראנדזש איז פאר קאמיוניקאציע ליניעס, ווי טעלעפאן, פייבער קעיבלס וכדומה. עס זענען דא נאך קאלירן וואס מען זעט צומאל, ווי ווייס וואס די קאנסטראקשען ארבעטער צייכענען אן ווי זיי דארפן גראבן, בלוי, ווי עס לויפן טרונק וואסער פייפס.
 
די אלע קאלירן וועט מען מער זען אין געגענטער ווי עס קומען פאר קאנסטראקשען, וואס דארף אנדייטן פאר די ארבעטער ווי זיי דארפן זיין פארזיכטיג נישט איבערצורייסן די וויכטיגע ליניעס, וואס אויב מען רייסט זיי איבער קענען זיי אין בעסטן פאל זיין א גרעסערע שאדן, אדער אין ערגסטן פאל קען עס זיין גאר געפארפול, ווי צום ביישפיל אויב מען רייסט איבער א גאז ליניע איז עס א געפאר פון אן ערנסטע אויפרייס ח"ו.
 
פאר אונזערע אויגן זעען די קאלירן אויס ווי סתם זיינע אילוסטראציעס און אבי געקאטשקעטע זאכן אויפן גאס, אבער באמת האט עס א טיפערער באדייט, אונטער דעם געפונען זיך גרויסע אוצרות, פון וואסער, ענערגיע, און קאמיוניקאציע, וואס אויב מען פארבינדט זיך דערמיט, קען מען זייער אסאך נהנה זייין דערפון.
 
פארוואס האבן צדיקים געלייגט א דגוש אויף דעם און דעם סעיף און שולחן ערוך? צום ביישפיל מיר זעען ווי מוהרא"ש זי"ע האט כסדר גערעדט איבער די גרויסקייט פון מעביר סדרה זיין, און כסדר געחזרט דעם פראקטישן און לכתחילה'דיגן וועג פון אנהייבן פון זונטאג. אדער ער פלעגט אלץ רעדן איבער די וויכטיגקייט פון שלום בית, זאגענדיג אז דאס איז דער יסוד צו קענען זיין אן ערליכער איד. און אזוי ווייטער. מיר פשוטע מענטשן קענען טראכטן אז אפשר וואלט מען געדארפט רעדן פון אנדערע נושאים, אפשר וואלט מען געדארפט רעדן פון תאוות אכילה, פון סיגופים און תעניתים. אבער דער צדיק איז דער וואס צייכענט אונז אן און ווייזט אונז ווי מיר דארפן ספעציעל זיין געווארענט, ווייל דער צדיק זעט וואס טוט זיך אין הימל. די אלע זאכן וואס די צדיקים האבן אונז געזאגט איז ווייל דווקא דארט קענען מיר טרעפן אונזער אוצר. אויב מיר וועלן לערנען יעדן טאג אביסל, רעדן צום אויבערשטן, זאגן אביסל תהלים דאס וועט אונז פארבינדן מיט די גרויסע אוצרות פון רוחניות'דיגע ענעריגע, רוחניות'דיגע אוצרות, און וועט אונז עפענען די קאמיוניקאציע ליניעס מיטן אויבערשטן, און מיר וועלן זוכה זיין צו א גוטע לעבן.
 
אויב האט איר סיי וועלכע נושא וואס איר ווילט מיר זאלן באשרייבן, קענט איר שיקן אן אימעיל צו askgershon@gmail.com, און מיר וועלן פרובירן צו ענטפערן מיטן אויבערשטענ'ס הילף.