וואס גייט פאר אין קובא?
טו סיון תשפ"ו 📝
בשעת די הויפט נייעס קעפלעך זענען פארנומען מיט איראן, הערט מען אויך אין די לעצטע חדשים רעדן איבער קובא ("קיובא" אין ענגליש), א קליין אינזל-לאנד בלויז בערך 90 מייל פון פלארידע, וואס האט שוין אנגעמאכט אסאך גערודער אין די אמעריקאנער אינערן און אויסערן פאליטיק.
די רעגירונג אין קובא איז שוין קאמוניסטיש זינט די רעוואלוציע אין יאר תשי"ט, ווען פידעל קאסטרא האט איבערגענומען די ממשלה. זינט דעמאלט זענען די באציאונגען צווישן אמעריקע און קובא שטארק אנגעצויגן, ווען אמעריקע לייגט כסדר פילע עקאנאמישע באגרעניצונגען און סאנקציעס קעגן זיי.
יעצט, אונטער טראמפ, זענען די געמיטער ווידער געווארן הייס. די אמעריקאנער רעגירונג באשולדיגט די קובאנער רעגירונג אין אונטערדריקן מענטשנרעכטן און באגרעניצן פרייהייט, אבער ווי עס שיינט שטערט זיי בעיקר דאס וואס זיי שטיצן רעזשימען וועלכע זענען פיינטליך צו אמעריקאנער אינטערעסן. דער ציל פון די אלע סאנקציעס איז, לויט די אמעריקאנער רעגירונג, צו לייגן מער דרוק אויף האוואנא זיי צו צווינגען דורכצופירן רעפארמען.
דער גרעסטער טייל פון די קובאנער עקאנאמיע ווערט געפירט דורך רעגירונג-קאנטראלירטע פירמעס, דעריבער שפירן זיך סאנקציעס אויף די פירמעס זייער שנעל אויף זייער גאנצער עקאנאמיע. און כאטש זיי ליידן שוין יארן לאנג פון שווערע עקאנאמישע פראבלעמען און א מאנגל אין עסן און ברענשטאף, איז דער מצב יעצט געווארן אסאך ערגער.
שטיצער פון די סאנקציעס זאגן אז דאס איז דער איינציגסטער וועג צו מסדר זיין די קובאנער אישו. קריטיקער זאגן אבער אז די וואס זיצן ביים שיסל טרעפן שוין וועגן זיך ארויסצודרייען פון די ליידן, און די סאנקציעס שעדן בעיקר נאר די פשוט'ע בירגער.
איינע פון די סיבות פארוואס קובא איז אזוי שטארק אויפן אויבן-אן — זאגן פילע — איז צוליב די גרויסע קובאנער געמיינדע אין פלארידע. דאס זענען אנטלאפענע פון קובא וואס שטיצן שטרענגע פאליסיס קעגן דעם קאמוניסטישן רעזשים, און היות פלארידע איז א "סווינג סטעיט", שפירן זיך די פאליטישע פירער געצווינגען צו נעמען שריט.
נישט אלע ווייסן דאס, אבער איידער די רעוואלוציע איז קובא געווען א גאר רייך לאנד מיט שפע און פרייהייט; דאס אלעס האט זיך אבער אין איין מינוט איבערגעדרייט מיט דעם אויפשטייג פון פידל קאסטרא אלס פירער. דאס ברענגט אונז צו די אנערקענונג אז עס איז זייער וויכטיג צו נעמען אין באטראכט וועמען דו גייסט נאך. דו הערסט דרשות, דו גייסט צו א מענטש — וואס ברענגט ער דיר? מאכט ער דיר טראכטן פונעם אויבערשטן? מאכט ער דיר לערנען? דערמאנט ער דיר כסדר אז "חברים" איז א סקעם, און אויב עס איז דא א חבר איז דאס די ווייב? אויב נישט, וואס האסטו דערפון? ער קען רעדן שיין און דיר זאגן קבלה ווערטער און שיינע תורות, אבער ער וועט האבן א פנים ווי פידל קאסטרא, וואס האט אויך גערעדט שיינע ווערטער ווי שיין די וועלט וועט זיין אונטער קאמוניזם — יעדער וועט זיין די זעלבע (ארים...) און עס וועט הערשן שלום, ממש ימות המשיח... אבער וואס האט ער דיר געגעבן? גארנישט. קוק וואס דו האסט אין די האנט: אויב גייסטו ארויס מיט מעביר סדרה זיין, דו באקומסט א חשק צו לערנען, און דו הייבסט אן זיך צו פרייען מיט דיין בארד און פיאות — דאן גייסטו גוט.
מה שביד בטוח
Polish