שאלה: וואס איז גלאז און וויאזוי מאכט מען עס? איז גלאז די זעלבע ווי "כלי זכוכית" וואס ווערט דערמאנט אין חז"ל, אדער די היינטיגע גלאז איז עפעס אנדערש?
 
ענטפער: גלאז היינט איז נישט קיין סאך אנדערש ווי די "כלי זכוכית" וואס ווערט געברענגט אין חז"ל. פארשטייט זיך אז אין די פראצעדור וויאזוי פראדוצירן גלאז אין מאסן שטאב איז דורכגעגאנגען גרויסע שינויים, אנדערש ווען אין צייטן פון חז"ל ווען עס איז געמאכט געווארן ביים "אומן" דער פאכמאן אינדערהיים, וויפיל ער האט געקענט.
 
די הויפט באשטאנדטיילן זענען "זאמד", אדער ווי עס ווערט גערופן אין חז"ל "חול" אדער "חול המדבר", וואס מען פלעגט ברענגען פון די מדבר'דיגע געגענטער אדער פון די ים ברעגעס, און דערנאך האט מען גענוצט א געוויסע "אַש", אין די גמרא שפראך הייסט עס "נתר", וואס מען האט באקומען דורך פארברענען געוויסע סארטן געוויקסן, און דערנאך קומט "ליים", וואס די גמרא רופט עס "סיד", וואס דאס פלעגט מען אויסהאקן פון צווישן די שטיינער.
 
דערנאך האט מען גענומען די אויבנדערמאנטע מאטיריאלן יעדע איינע אין א באשטימטע מאס, און מען האט עס אריינגעלייגט אין א קאלך אויוון, ווי עס איז געווארן אנגעהייצט גאר שטארק (איבער 1,700 גראד סעלציוס / איבער 3,000 פערנהייט) ביז איז געווארן צולאזט, צו א ברענעדיג הייסע פליסיגע גלאז.
 
דערנאך האט מען גענוצט פארשידענע כלים צו מאכן די פארשידענארטיגע פארמען פון פלעשער, אדער פענסטער און אזוי ווייטער. און נאכן אויספארמען האט מען עס געדארפט לאזן זייער פאמעליך נידערן דעם טעמפעראטור, כדי די פארם זאל בלייבן שיין און זיך נישט שפאלטן דורכאויס די צייט.
 
אין כל חדש תחת השמש, דער אויבערשטער פירט שוין זיין וועלט כמעט זעקסט טויזעט יאר, אויף א וועג וואס מיר קענען נישט פארשטיין און באגרייפן, און אלץ וועלן קומען אויבער חכמים און וויינען אויפן ביטערן מצב הדור, אנגעהויבן פון אברהם אבינו, משה רבינו, און אזוי ווייטער די שופטים, נביאים, מלכים, תנאים, אמוראים, גאונים, ראשונים און אחרונים, וועלן זיי זאגן אז ביז יעצט איז געווען אזוי פיין, אבער היינט איז ביטער, די וועלט ווערט חרוב. דער רבי זאגט אבער אז עס איז נישט אזוי, "דער אויבערשטער פירט זיין וועלט אלץ שענער און שענער", דאס איז געזאגט געווארן בגשמיות, ווען אמאל האבן זיך נאר גאר רייכע מענטשן געקענט ערלויבן א גלאזענע בעכער אדער פלאש, און ווער רעדט נאך פון א גלאזענע פענסטער וואס נאר קעניגן האבן זיך געקענט ערלויבן, פארמאגט היינט דער גרעסטער ארימאן גלאזענע כלים פאר עטליכע פרוטות. אין די זעלבע זאך ברוחניות, אין די פריערדיגע דורות האבן זיך נאר גאר רייכע מענטשן געקענט ערלויבן אן אייגענע סידור אדער א משניות, ווער רעדט נאך פון א גמרא, דאס איז געווען איינס אין בית המדרש וואס האט געהערט פאר גאנץ קהל צוזאמען. בשעת היינט קען מען קויפן די שענסטע סעט גמרא פאר ביליגער ווי א נייע טעלעפאן.
 
עס איז טאקע א שווערע דור די כחות הטומא זענען זייער שטארק, אבער לעומת זה האט דער אויבערשטער אראפ געשיקט די צדיקים פון אלע דורות ביז היינט וואס האבן געגעבן עצות און וועגן איבערצוקומען די אלע נסיונות. אז א מענטש לערנט יעדן טאג די הייליגע תורה, און לערנט די ספרים פון צדיקים, קען מען אריבערגיין די אלע שטורמישע ווינטן, און ארויסגיין א זיגער קעגן דעם סמ"ך מ"ם וחיילותיו.
 
אויב האט איר סיי וועלכע נושא וואס איר ווילט מיר זאלן באשרייבן, קענט איר שיקן אן אימעיל צו askgershon@gmail.com, און מיר וועלן פרובירן צו ענטפערן מיטן אויבערשטענ'ס הילף.