שאלה:
 
איך הער אסאך מאל מענטשן רעדן וועגן עפעס א זאך וואס רופט זיך "וויי-טו-קעי" (Y2K), און אז מ'האט דעמאלטס מורא געהאט אז די גאנצע וועלט גייט חרוב ווערן. וואס איז געווען די מעשה דארט? און פארוואס זענען אלע געווען אזוי דערשראקן?
 
א.ל.
 
ענטפער פון גרשון קרעמער:
 
א.ל., דו פרעגסט א זייער גוטע שאלה. יעדער וואס געדענקט יענע צייטן וועט זיכער נישט פארגעסן די גרויסע פאניק און שרעק וואס האט געהערשט איבעראל ביים סוף פון יאר 1999 למספרם – מענטשן האבן זיך אנגעגרייט מיט קענס עסנווארג, וואסער און פלעשלייטס, און אסאך האבן אפילו ארויסגענומען זייער גאנצע געלט פון די באנק צו האבן מזומן ביי די האנט, אויב חלילה די בענק וועלן קראכן.
 
קודם כל, וואס מיינט בכלל דער נאמען "Y2K"? דער אות Y שטייט פאר "יאר" (Year), און 2K מיינט צוויי טויזנט (דער אות K קומט פון "קילא", וואס מען נוצט אינעם מעטריק סיסטעם פאר א טויזנטער). דאס איז געווען דער נאמען פאר א קאמפיוטער פראבלעם וואס האט געזאלט פאסירן, לויט אלע שרעקעדיגע נביאות'ער, פונקט ווען דער קאלענדאר גייט זיך טוישן פון דעצעמבער 31, 1999 צו יאנואר 1, 2000 למספרם.
 
לכאורה איז די סיבה פונעם פראבלעם געווען גאנץ פשוט. ביז די 80'ער יארן איז "קאמפיוטער סטארעדזש" געווען געפערליך טייער און דעריבער זייער באגרעניצט. יעדעס ביסעלע וואס מען האט אריינגעשריבן אינעם קאמפיוטער האט פארנומען טייערע פלאץ. דעריבער האבן די פראגראמירער פון יענע צייטן געשריבן די יארן מיט בלויז צוויי ציפערן אנשטאט פיר. למשל, אנשטאט 1975 האט דער קאמפיוטער געשריבן 75, און אנשטאט 1999 האט ער געשריבן 99. מען האט זיך דעמאלטס נישט פארגעשטעלט אז די זעלבע אלטע פראגראמען וועט מען נאך אלץ נוצן אין די בענק, שפיטעלער, עירליינס און רעגירונגס אפיסעס צוואנציג אדער דרייסיג יאר שפעטער.
 
ווען מען האט זיך דערנענטערט צום סוף פון די 1990'ער יארן, האבן עקספערטן פלוצלינג באמערקט א גרויסע פראבלעם: וואס גייט פאסירן ווען די אלטע קאמפיוטער סיסטעמען וועלן אריבערגיין פונעם דאטום 99' צו 00'? מען האט מורא געהאט אז אסאך סיסטעמען וועלן רעכענען אז 00' מיינט נישט דאס יאר 2000, נאר גאר דאס יאר 1900 – הונדערט יאר צוריק.
 
היינט צו טאגס, ווען מען קוקט אריין אין א צייטונג (נישט רעקאמענדירט...!), ווערט מען באמבארדירט; יעדע העדליין און יעדער אנאליז שרייט: עס קומט א וועלט מלחמה! די עקאנאמיע איז שרעקליך! עי-איי וועט צונעמען יעדע דזשאב! אבער דאס איז גארנישט קעגן די פאניק וואס האט דעמאלטס ארומגענומען די וועלט. יעדע צייטונג און יעדע אויסגאבע האט געהאט גאנצע סעקשאנס וואס זענען געלאפן וואכן און חדשים לאנג, וואו מען האט אנאליזירט און שפעקולירט וויאזוי די וועלט וועט אויסזען א טאג נאכן גרויסן קראך. מען האט פאנטאזירט ווי פליגערס פאלן אראפ פונעם הימל אינמיטן פליען, פארברעכער לויפן ארויס פון די תפיסות נאכדעם וואס אלע עלעקטראנישע סיסטעמען גייען פייפן, און די גאסן אין מאנהעטן זענען פול מיט עקסידענטס ווייל קיין איין טראפיק-לייט ארבעט נישט. איר קענט זיך אליין פארשטעלן ווייטער ווי ווייט די דמיונות זענען געלאפן.
 
מען דארף דאך פאר קיינעם נישט דערציילן אז פון דעם אלעם האט זיך, ברוך השם, אויסגעלאזט א זייפן-בלאז. דער אויבערשטער פירט זיין וועלט אזוי שיין. "די וועלט ווערט נאר שענער און שענער" – האט דער רבי זיך אמאל אויסגעדרוקט. און נעבעך אויף די אלע וואס האבן נישט געהאט קיין צדיק און זענען דורכגעגאנגען עטליכע פיינפולע חדשים פיל מיט פאניק, סטרעס און ענקזייעטי - אבער האבן גארנישט געהאט דערפון...
 
אבער וואס ס'איז געווען איז געווען; לאמיר מער נישט זיין קיין חוזק פון יעצט און ווייטער. לאך דיך גוט אויס פון די אלע פאדקעסטס און אנאליזן. עי-איי גיט נישט און נעמט נישט צו קיין פרנסה, איראן קען נישט אונטערברענגען די וועלט, און טראמפ קען גארנישט העלפן. ס'איז א שאד אויף די אלע זארגן; נוץ בעסער אויס די צייט צו לערנען נאך א בריוו אין "אשר בנחל" און "עצתו אמונה", וואס דאס וועט דיר געבן עצות און חיזוק צו מאכן דיין לעבן זיס אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט.
 
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.