וואס איז דער חילוק צווישן געזאלין און דיזעל?
טז אב תשפ"ד 📝
שאלה: וואס איז דער חילוק צווישן געזאלין און דיזעל? פארוואס ארבעטן טייל וויהקלס מיט געזאלין און טייל מיט דיזעל? איך זעה אז רוב קארס פארן נאר אויף געזאלין און רוב טראקס נוצן דיזעל. קען איר מיר מסביר זיין פארוואס דאס איז אזוי און וואס זענען די מעלות און חסרונות פון זיי? נחמן נתן.
תשובה: זייער א גוטע שאלה! געזאלין און דיזעל זענען צוויי באזונדערע סארטן ברענשטאף וואס ווערן גענוצט פאר מאטארס, און יעדער האט זיינע באזונדערע מעלות און חסרונות.
געזאלין איז מער לייכט און וואסערדיג און וועט מאכן די קארס פארן מער געשמירט און שנעל, און וועט זיין ווייניגער וויברירענד און שטילער, און דערפאר איז עס מער צוגעפאסט פאר פאסאדזשיר קארס, בשעת דיזעל איז א מער דיקערע שווערע אויליגע ברענשטאף, וואס כאטש עס מאכט מער קולות אינעם מאטאר און וועט זיך מער שאקלען וועט עס אבער קענען גרינגער שלעפן שווערע מסעות פאר ווייניגער ברענשטאף וואס מאכט עס ממש פאסיג פאר גרויסע טראקס און באסעס.
מענטשן זענען אויך אנדרערש איינע פון צווייטן, יעדער האט אן אנדערע געזאלין וואס צינדט אים אן און מאכט אים גיין, און יעדער האט אנדערע כלים און כחות וואס ער דארף אויפטון, און פונקט ווי ביי די קארס וועט עס חרוב לייגן דעם מאטאר אויב ער וועט מקנא זיין דעם טראק, פארוואס קען איך נישט באקומען דעם שטארקן מעכטיגן דיזעל און שלעפן שווערע מסעות, ווייל אויב איינער וועט לייגן דיזעל אינעם קאר וועט עס נישט נאר נישט קענען שלעפן, נאר עס וועט חרוב לייגן דעם מאטאר און וועט עס שנעל צוברעכן, די זעלבע זאך טאר מען נישט קוקן אויף א צווייטן און באקומען חלישת הדעת, אין ירושלים איז דא א אינגערמאן וואס קען זיצן אכצן שעה א טאג און לערנען און ענדיגן כל התורה כולה יעדעס יאר, אבער איך קען געבן א שמייכל פאר א איד, און לערנען ח"י פרקים משניות, איינער איז א דיין און פסק'ענט שאלות פאר כלל ישראל, אבער איך קען גיין באזוכן א איד אין תפיסה און אים ארויסנעמען עטליכע מינוט פון זיין גרויסע צרה, און אזוי ווייטער.
אויב מיר וועלן בלייבן זיך און נוצן די כלים וואס מיר האבן באקומען צו דינען דעם אויבערשטן אויף אונזער וועג, וועלן מיר זיכער דערגרייכן גאר ווייט און אויספירן אונזער תפקיד אויף וואס מיר זענען אראפ געקומען אויף דער וועלט.