דער שיטער באוואוינטער אינזל-לאנד גרינלאנד, האט זיך לעצטנס געטראפן אין צענטער פון די נייעס ווען פרעזידענט דאנאלד טראמפ האט נאכאמאל ארויסגעוויזן זיין אינטערעסע אינעם ארקטיק אינזל, א שריט וואס פילע האבן באטראכט אלס אגרעסיוו און פראוואקאטיוו.
 
גרינלאנד איז אן אויטאנאמישע טעריטאריע וואס באלאנגט צום קעניגרייך פון דענמארק. כאטש עס רעדט זיך פון א ריזיגער שטח לאנד, איז דאך די צאל איינוואוינער דארט נישט פיל גרעסער ווי די באפעלקערונג פון קרית יואל. די גאנצע חשיבות פון דעם ארט ליגט נישט אין איר גרויסקייט אדער אין די מענטשן וואס וואוינען דארט, נאר עס ווענדט זיך אין איר וויכטיגע סטראטעגישע לאקאציע. היות עס געפינט זיך טיף אריינגערוקט אינעם ארקטיק ראיאן, שפילט גרינלאנד א קריטישע ראלע אין די וועלט'ס זיכערהייט און מיליטערישע פארטיידיגונג סיסטעמען, ווי אויך פארן צוקונפט פון נייע ים-וועגן פאר שיפן און די מעגליכקייט צו געפינען דארט נאטורליכע אוצרות.
 
פרעזידענט טראמפ'ס פריערדיגע סטעיטמענטס איבערן "אפקויפן" גרינלאנד זענען דורך די גאנצע וועלט באטראכט געווארן אלס א נארישקייט. אבער ביי די לעצטיגע געשפרעכן אין שווייץ האט זיך ארויסגעשטעלט, אזוי ווי זיין טיפישן שטייגער, אז ער האט עס נישט ממש געמיינט. טראמפ האט שפעטער געמאלדן אז מ'איז געקומען צו א "פארשטענדעניש" און אז אמעריקע האט דערגרייכט אירע צילן, טראץ דעם וואס גרינלאנד בלייבט אינגאנצן אינדרויסן פון אמעריקאנער בעלות.
 
עס קוקט אויס אז וואס די פאראייניגטע שטאטן האט דא פארדינט איז נישט קיין נייע שטח, נאר ענדערש מער השפעה: א שטערקערע קאאפעראציע אין זיכערהייט ענינים, א ברייטערע צוטריט פארן מיליטער, און הבטחות אז פיינטליכע לענדער וועלן נישט קענען באקומען קיין דריסת הרגל אין דעם ראיאן. דענמארק און גרינלאנד האבן פון זייער זייט קלאר געשטעלט אז דאס לאנד שטייט נישט צום פארקויפן – א פונקט וואס עס זעט אויס אז יעדער איז מסכים דערויף.
 
פון דעם זעט מען ארויס די וויכטיגקייט פון דעם "לאקעישאן", דאס פלאץ וואו מ'געפינט זיך. עס קען זיין אז דו זעסט נישט קיין שום חשיבות אין דיר אליין, דו טראכסט ביי דיר: אנדערע טוען אויף אסאך מער פון מיר; מיינע חברים זענען פאפולער, מיין שכן איז א געוואלדיגער בעל כשרון, מיין ברודער איז א שארפער קאפ – און איך – וואס בין איך שוין ווערט? איך טו סך הכל מיינע טעגליכע פליכטן, איך דאוון, איך לערן, איך גיי אהיים צו מיין משפחה, איך בין גארנישט עפעס ספעציעל.
 
מיין טייערער ברודער, דער גאנצער חילוק ליגט אינעם פלאץ. וואו איז דיין קאפ? זע צו טראכטן פונעם אייבערשטן. פארוואס שטיי איך אויף אינדערפרי? פארוואס דאוון איך? פאר וועלכע תכלית לערן איך? פאר וואסארא סיבה געב איך זיך אפ מיט מיין ווייב און קינדער? אויב דיין "לאקעישאן" איז ביים רבונו של עולם, דעמאלטס ביסטו זייער חשוב און באדייטנד. אין הימל מאכט מען פון דיר גרויסע העדליינס. די נייעס-באריכטן דארט שרייבן מיט קידוש-לבנה אותיות איבער דיין ווארט תורה, איבער א קרעכץ וואס דו געבסט ארויס צום באשעפער. שאץ דיך נישט אונטער.