וואס מיינט "די מאגן ברענט" און וויאזוי קען מען עס פארמיידן?
כד ניסן תשפ"ד 📝
שאלה: איך וואלט געוואלט פארשטיין וואס מיינט דאס "די מאגן ברענט", וואס איז די גורם דערפון, און וואס קען איך טון צו פארמיידן די גרויסע יסורים וואס דאס ברענגט, ישר כח. הערשל נ.
מאגן ברענען, אדער ווי עס ווערט גערופן אויף ענגליש "הארץ ברענען", איז א סימפטאם פון עסיד ריפלאקס, וואס מיינט אז די עסיד (די שארפע כעמיקאלן וואס די מאגן לייגט אריין אין די שפייז צו "פארדייען" דאס עסן) פון די מאגן רייסט זיך דורך די טיר וואס דארף אים האלטן אינעם מאגן, און גיסט זיך איבער ארויף אינעם וושט. די שארפע עסיד מיט וואס די וושט באגעגענט זיך שאפט די געפיל ווי די הארץ אדער דער מאגן "ברענט". עס זענען דא עטליכע מיטלען וואס קענען העלפן קורץ טערמיניג, דאס מיינט אז עס דארף העלפן אפשטעלן די יסורים אויפן פלאץ. דאס ערשטע דארף מען פרובירן פשוט א גלעזל צוויי קאלטע וואסער וואס וועט אראפ שווענקען די עסיד פונעם וושט, וואס דאס האט בכלל נישט קיין שעדליכע סייד עפעקטס. אויב דאס העלפט נישט, דארף מען פרובירן מיט טאמס, וואס באשטייט פון קאלציום, וואס שטילט אביסל איין די עסיד, אז עס זאל זיך קענען האלטן אין די ראמען. אבער דאס איז אויסדרוקליך נישט גוט אויפן לאנגן טערמין. אויב עס מאכט זיך א מאגן ברענעריי פון צייט צו צייט, איז עס זייער גוט. אויב א מענטש זעט אז ער דארף ממש טאג טעגליך נעמען טאמס, איז צייט צו נעמען מער שריט.
די ערשטע זאך איז תפלה, מען זאל בעטן דעם אויבערשטן מען זאל מצליח זיין צו טרעפן דעם פראבלעם. דערנאך איז כדי צו אידענטיפיצירן די מאכלים צו וואס זיין מאגן איז האקל דערויף, פילע וועלן ליידן דערפון נאך שארפע, פעטע, אדער זויערע מאכלים, וכדומה. און פארמיידן ווי ווייט מעגליך די יענינגע זאכן וואס די מאגן גלייכט נישט. טייל זענען האקל צו קעפין, אלקאהאל, ציטרוס פרוכט, אדער סאדע. אויך קען מען ענדערש באקומען מאגן ברענעריי אויב מען עסט זיך איבער, איז כדי צו עסן מיט דרך ארץ ענדערש מערערע מאל קלענע סעודות, ווי איידער זיך איבערעסן. אויך איז כדי נישט צו עסן נאנט צום גיין שלאפן, ווייל זיך אראפ לייגן נאכן עסן קען פארגרינגערן די עסיד ארויסצוגיין פון די ראמען. איבערוואג איז אויך כדאי צו נעמען אין באטראכט. איבעריגע פונטן לייגן דרוק אויף מאגן, און קען ארויסשטיפן עסיד צו וואו עס געהער נישט. טרונקען גענוג: ווען די מאגן האט גענוג פליסיגקייט, איז די עסיד נישט אזוי שארף און נישט אזוי אקטיוו. אבער נאך אלעמען און מיט אלעמען דארף מען בעטן דעם אויבערשטן, און גלויבן אז נישט די השתדלות ברענגט די רעזולטאטן, נאר דער אויבערשטער פירט די וועלט אזוי ווי ער וויל.
יעצט ווען מיר שטייען נאך דעם הייליגן יום טוב פסח, זענען מיר אלע פרייליך אז דער מאגן האט פאר גאנצע אכט טעג (אדער אין ארץ ישראל זיבן) נישט אריינגענומען א ברעקל חמץ, אבער האט אריינגענומען די פילע כוסות וויין, מצה, און מרור. דארפן מיר זיך זייער פרייען דערויף. און שמחה איז די בעסטע רפואה פאר אלע מחלות. און סטרעס איז די שעדליכסטע פאר אלע מרעין בישין. א ברסלב'ע חסיד איז געווען זייער פרייליך אין בית המדרש נאך פסח זאגענדיג "איך האב אכט טעג נישט געגעסן קיין משהו חמץ", פרעגט אים א איד "פון וואו ווייסטו?", פאר דעם איד איז געווען א שאד צו ענטפערן. אבער שפעטער האט דער איד געזאגט פאר די ארומיגע "פון וואו ווייסטו אז דיין פלייש האט נישט קיין בלוט נאכן זאלצן?", ווייל אז מען האט געזאלצן כהלכה, האט עס שוין נישט קיין בלוט. און אפילו דו וועסט מיר אויפווייזן אין א לאבראטאריע אז די רויטע זאפט וואס מען זעט צומאל אויף געזאלצענע פלייש אז דאס איז סייענטיפיש בלוט. זאג איך דיר אז דאס איז נישט קיין בלוט. ווייל אז די הלכה זאגט אז דאס איז נישט קיין בלוט, איז עס נישט קיין בלוט. מיר האבן אלע אויפגערוימט די הייזער ווי די הלכה פארלאנגט, מיר האבן געבאקן די מצות אונטער אכצן מינוט ווי די הלכה פארלאנגט. דערפאר בין איך זיכער אז איך האב נישט געהאט קיין ברעקעלע חמץ, און דערפאר בין איך זייער פרייליך. און די שמחה של מצוה אז איך האב נישט געהאט קיין חמץ וועט מיר אפהיטן די גאנצע יאר איך זאל זיין אפגעהיטן פון יעדע עבירה רח"ל, און פון יעדע מחלה.
אויב האט איר סיי וועלכע נושא וואס איר ווילט מיר זאלן באשרייבן, קענט איר שיקן אן אימעיל צו askgershon@gmail.com, און מיר וועלן פרובירן צו ענטפערן מיטן אויבערשטענ'ס הילף.