שאלה: איך שעם זיך אביסל צו פרעגן מיין שאלה, ווייל איך מיין אז עס איז ממש א פשוט'ע זאך וואס יעדער ווייסט. מיין שאלה איז וואס מיינט "פראצענט", וואס מיינט אז עפעס איז 15 פראצענט ביליגער? וויאזוי רעכנט מען עס אויס?
 
ענטפער: חז"ל זאגן אונז "לא הביישן למד", האסט זייער גוט געטון אז דו פרעגסט, ווייל נאר אזוי קען מען זיך אויסלערנען נייע זאכן. די ענטפער צו דיין שאלה אויף א פשוטע וועג ליגט אין די ווערטער "פראצענט", וואס איז א ווארט וואס שטאמט פון "פּער הונדערט", דאס מיינט אז ווען איך נעם דעם נומער וואס איך וויל רעכענען דערפון פראצענט דארף איך עס קודם צעטיילן אויף הונדערט, און דערנאך נעמען כך וכך הונדערטערס דערפון. אין אנדערע ווערטער פופצן פראצענט פון עפעס, מיינט פופצן הונדערטלעך דערפון.
 
צום ביישפיל ווען דו גייסט אין געשעפט און האסט אן אויסוואל צו באקומען $20 הנחה פון יעדע ארדער העכער הונדער דאלער, אדער קענסטו נעמען 15%, וואס לוינט זיך בעסער? אויב קויפסטו פאר הונדערט דאלער לוינט זיך זיכער צו נעמען $20 הנחה, אבער ווען דו קויפסט פאר $150 דאלער, וועסטו באקומען $22.50 הנחה אויב דו נעמסט די 15%. וויאזוי ארבעט עס? צוטייל $150 אין הונדערט, יעדע הונדערטסטל (דאס מיינט איין פראצענט, אדער ווי מען שרייבט עס 1%) איז $1.50. פופצן הונדערטסלעך (פופצן טיימס איינס און א האלב) קומט אויס $22.50.
 
א גרינגע וועג דאס צו רעכענען מיט א קאלקיולעטאר איז 150*0.15.
 
עס איז זייער נוצבאר צו וויסן וואס פראצענט מיינט און וויאזוי מען רעכענט עס גרינג אויס, אבער עס איז אסאך מער וויכטיג ארויסצוהייבן דאס וואס דו שעמסט זיך נישט צו פרעגן א זאך וואס דו טראכסט איז אפשר צו פשוט. מען מעג זיך אפלערנען פון דיר זיך נישט צו שעמען און פרעגן. ווילסט עפעס פארשטיין, האסט א שאלה? פרעג דיין טאטע אדער מאמע, פרעג דיין רבי, פרעג דעם ראש ישיבה שליט"א. אויב איינער שרייעט דיך אן אדער פארשעמט דיר פארן פרעגן איז עס יענעמ'ס פראבלעם. קוק אויף די פילע שאלות וואס מענטשן פרעגן דעם ראש ישיבה שליט"א, שטעל דיך פאר ווען זיי שעמען זיך צו פרעגן, וויאזוי וואלטן מיר אויסגעזען? אפילו אויב דו שפירסט אז דו ביסט קלוג און פארשטענדליך, קענסט זיך אליינס באגיין דיין שטעטל, איז וויכטיג זאלסט נעמען א מורה דורך, איין מענטש אויף דער וועלט וואס איז קלוגער פון דיר, איינער וואס ווייסט אייביג אליינס וואס צו טון, קומט נעבעך זייער נישט גוט אן אין זיין לעבן ברוחניות ובגשמיות, אבער דער וואס שעמט זיך נישט און פרעגט יעדע זאך, וועט אנקומען זייער ווייט מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף, ער וועט זוכה זיין צו ווערן אן אמת'ער ערליכער איד.
 
איר קענט שיקן א שאלה צו ask gershon@gmail.com.