וואס מיינט קאמפליצירט?
ח תמוז תשפ"ו 📝
שאלה: טייערע ר' גרשון קרעמער, איך בין א מלמד אין חדר, איך שיק דיר דא אריין א שאלה פון א טייערן אינגל פון אונזער קלאס ליפא'לע נ"י. ער פרעגט אז ער וויל וויסן וואס מיינט דאס ווארט "קאמפליצירט", קענסט עס ביטע מסביר זיין אינעם בלעטל?
דער מלמד - יואל טייטלבוים, קרית יואל
ענטפער פון גרשון קרעמער: א גרויסן ישר כח פאר'ן מלמד מומחה הרב יואל טייטלבוים שליט"א, און פאר'ן תלמיד ליפא'לע נ"י.
ערשטנס טייערע ליפא'לע, איך האב הנאה אז דו פרעגסט. דער רבי זאגט אין ספר המידות "הבנים שוטים, כשאביהם כעסן", די פשוט'ע פשט - זאגט מוהרא"ש זי"ע - איז, אז עלטערן זאלן נישט נערוועז ווערן ווען קינדער פרעגן. א קינד איז בטבע א נייגעריגער, ער זעט זאכן, ער הערט זאכן, און אז די עלטערן האבן געדולד און מען רעדט מיט די קינדער, וואקסן זיי אויף בס"ד קלוג און געזונט.
דער ענטפער אויף דיין שאלה וואס עס מיינט "קאמפליצירט" איז אזוי: אין פשוטע ווערטער מיינט עס "נישט פשוט". עס זענען דא מענטשן וואס לעבן בתמימות, זיי לעבן מיט פשוט'ע אמונה, פאלגן פלעין די מצוות פון אויבערשטן, זיי ווייסן נישט וואס עס מיינט בכלל "קאמפליצירט". דאס גאנצע לעבן, ווי קאמפליצירט עס זאל נאר נישט זיין, איז ביי זיי פשוט'ער פון פשוט. ביי יעדע זאך איז דא איין און א זייער פשוט'ע עצה: רעדן צום אויבערשטן.
איינער וואס פארגעסט נעבעך פונעם אויבערשטן, איז ביי אים די פשוט'סטע זאך קאמפליצירט. דער רבי זאגט אויפן פסוק "ולא שמעו אל משה מקוצר רוח ומעבודה קשה", אז ווען מען הערט נעבעך נישט אויס דעם צדיק, פעלט נעבעך אמונה, און אלעס איז זייער קאמפליצירט.
פשוט רעדן צום אויבערשטן? קען נישט זיין אזוי פשוט! ווילסט מיר זאגן מען קען מתפלל זיין מיט א גארטל, אויף לשון הקודש נאך אלוקי נצור, דאס קען ער נאך הערן. אבער פשוט, נישט קיין חילוק ווען ווער וואו און וויאזוי? פאר דעם דארף מען דעם צדיק, וואס נעמט אוועק יעדע קאמפליקאציע. קענסט רעדן יעצט צום אויבערשטן, אויף דיין שפראך.
זאגן די ווערטער פון די גמרא? אזוי פשוט? איך דארף עפעס מער, עפעס העכערס. צווישן מנחה און מעריב קען מען נישט לערנען מיט א חברותא מיט א קובץ מפרשים... אבער אויב מען וועט אויסהערן משה רבינו, וועט דאס לעבן ווערן אסאך מער זיס, וועסט שפירן א טעם אין יעדע ווארט תורה.
זאגן א גוט ווארט פאר די ווייב? דאס איז קינדעריש, צו פשוט. שלום בית - מיינט ער נעבעך - איז פארן ערגעץ צו די לבנה (און זיך קריגן דארט...). דער צדיק לערנט אונז אויס: רעד פשוט שיין אינדערהיים, הער איר אויס. וועסטו זען ווי די שכינה וועט רוען ביי דיר אינדערהיים.
לאמיר אויסהערן דעם צדיק וועלן מיר נישט וויסן וואס קאמפליצירט מיינט.