פון: גרשון קרעמער

 
געלויבט דעם אויבערשטן, אז טראץ וואס עס איז אריבער א לאנגע תקופה וואס עס איז נישט ערשינען קיין נייע אלבום, איז יעצט ב"ה ארויסגעקומען א הערליכע נייע אלבום פונעם ראש ישיבה שליט"א מיט'ן נאמען "וואס מיינט א רבי?"
 
דער אלבום איז א המשך צו די פילע אלבומס וואס זענען שוין ארויסגעקומען במשך די יארן און האבן מחי' געווען אידישע קינדער דורך ניגונים וואס געבן אריין חיזוק, עצות און פשוטע ריינע אמונה. די אלבומס בלאזן אריין א רוח החיים אין אידישע קינדער, אז נישט קיין חילוק וואס מען גייט דורך, איז אלעמאל דא א וועג זיך צוריקצוקערן צום אויבערשטן.
 
דער אלבום איז נישט סתם נאך א מוזיק אלבום ווי אסאך פון די היינטיגע אלבומס וואס זענען פיל מיט לופטיגע ניגונים; מען זינגט עפעס לשון הקודש ווערטער וואס קיינער פארשטייט נישט, אדער אפילו ווען מען זינגט שוין יא ווערטער אויף אידיש, איז עס אסאך מאל בלויז כדי צו מאכן דעם מענטש עמאציאנאל, אפילו ווען דאס קומט אויפ'ן חשבון פון צוברעכן דעם מענטש - וואס דאס דערווייטערט אים פונעם תכלית.
 
דער אלבום זוכט אויפצוהייבן אידישע קינדער, געבן חיזוק, ווייזן א וועג, און דערמאנען אז נישט קיין חילוק וואס עס גייט אריבער אויפ'ן מענטש, קען ער זיך נאך אלץ צוריקדרייען צום אויבערשטן און אנהייבן פריש.
 
די ניגונים רעדן פון אמונה, תפילה, התבודדות, תורה און נקודות טובות, און פון זיך שטארקן און נישט אויפגעבן. דאס זענען עצות וואס זענען פשוט פראקטיש - זאכן וואס א מענטש קען נעמען מיט זיך און אויספירן אינעם טאג-טעגליכן לעבן.
 
ווער עס האט דאס נאר אויסגעהערט וועט מעיד זיין, אז דער אלבום וועט נישט זיין קיין "דיספאזעבל" טישטיך וואס מען נוצט איין מאל און מען פארגעסט דערפון. דער אלבום וועט בלייבן שטעקן אינעם פליער; מען וועט עס קענען הערן און איבערהערן אן ווערן זאט. איינע פון די גרעסטע מעלות פארוואס דער אלבום ציעט אזוי שטארק, איז צוליב דעם פאקט וואס דער ראש ישיבה שליט"א אליינס זינגט דערויף. די הארציגע שטימע און די דברים היוצאים מן הלב געבן פאר די ניגונים א חן שלא מעלמא הדין, און די ניגונים מיט זייער מעסעדזש דרינגען אריין טיף אין הארץ.
 
דער אלבום איז ספעציעל פאסיג פאר התבודדות. ווען א מענטש זעצט זיך אוועק מיט דעם אלבום, עפנט עס אים דאס הארץ און ער קען זיך אויסרעדן צום אויבערשטן, אים דאנקען און בעטן אויף ווייטער.
 
די צען ניגונים פונעם אלבום זענען פארשידנארטיג – פרייליך, בענקענדיג, און אלעס אינצווישן – אבער אלע בלייבן מיט דעם זעלבן יסוד: דער אויבערשטער איז מיט מיר, איך וויל זיין נאנט צו אים, און איך געב נישט אויף.
 
דער אלבום פארמאגט צען הערליכע ניגונים:
 
1. וואס איז א רבי
דער ניגון און דער נאמען פונעם אלבום אליין. דער ראש ישיבה ערקלערט אויף א פשוט'ן און קלארן אופן פארוואס א איד גייט צו א צדיק, צו א רבי — ווייל דער צדיק ברענגט אים נענטער צום אויבערשטן. דער ניגון העלפט דעם צוהערער פארשטיין וואס דער קשר דארף זיין צווישן א איד און א צדיק.
 
2. איך וויל זיין א איד
אן הארציגער ניגון ספעציעל פאסיג פאר התבודדות. א איד עפנט דאס הארץ צום אויבערשטן און בעט זיך אז ער וויל זיין אן ערליכער איד. די ווערטער זענען פשוט אבער זייער טיף — א מענטש רעדט פון הארץ און זאגט פארן אויבערשטן וואס ער וויל באמת.
 
3. זיין גוט
א פרייליכער טאנץ ניגון מיט די הארציגע ווערטער: "שכח באשעפער אז איך בין א איד, העלף מיר טאטע איך וויל זיין גוט."
 
4. אייביג מיט מיר
א שיינער ניגון איבער א איד וואס גייט דורך שווערע צייטן. דער סמ"ך מ"ם פרובירט אים אראפצואווארפן, אבער דער איד שטארקט זיך מיט דער ידיעה אז דער אויבערשטער איז אלעמאל מיט אים. אפילו אין שווערע מינוטן איז מען קיינמאל נישט אליין.
 
5. איך קען נישט לערנען
א לעכטיגער ניגון איבער דעם באקאנטן "סדר דרך הלימוד" פונעם הייליגן רבי'ן – א מהלך וואס יעדער איינער קען ניצן. ס'איז נישט קיין חילוק וואס א מענטש גייט דורך, און ס'מאכט נישט אויס וויפיל ער פארשטייט, יעדער קען זיך דורך דעם מקשר זיין צום אויבערשטן און צו די הייליגע תורה. דער ניגון ווערט געזונגען דורך די זיסע שטימע פון א "ילד הפלא", וואס גיט צו א מורא'דיגן הארציגן טעם צום ניגון.
 
6. אן אוצר
א פרייליכער און לעבעדיגער ניגון, אין וועלכן א איד רעדט צום אויבערשטן און נעמט זיך פאר פון היינט אן צו זיין גוט, צו לערנען פלייסיג די הייליגע תורה און צו רעדן צום באשעפער. "באשעפער, איך וויל שוין פון היינט זיין גוט, לערנען פלייסיג די הייליגע תורה...""מקרא, משנה, גמרא, מדרש" – און דער איד בעט זיך: "באשעפער, העלף מיר איך זאל דאס אלעס קענען דורכזאגן".
 
7. די בעסטע זאך
א איד בענקט צום אויבערשטן און זאגט: "באשעפער, איך ווייס אז די בעסטע זאך אויף דער וועלט איז זיין נאנט צו דיר". אפילו ווען ס'איז שווארץ, אפילו ווען מען גייט דורך די שווערסטע נסיונות, בענקט א איד צום אויבערשטן: "דאך זע מיין הארץ ווי איך קוק ארויס צו דיר, טאטע; אוי טאטע, איך בעט דיר, העלף מיר".
 
8. נקודות טובות
א פרייליכער ניגון וואס דערמאנט דעם איד צו דאנקען און לויבן דעם אויבערשטן פאר אלעם גוטס, בפרט פאר די גרעסטע מתנה – אז מען איז א איד און מען האט אזויפיל מצוות. א ניגון וואס ברענגט אריין א שמחה של מצוה.
 
9. וואס וועט זיין מיט מיר
א ניגון פון חשבון הנפש. א איד מאכט א חשבון הנפש און בעט דעם אויבערשטן אז ער וויל זיין אן ערליכער איד; ער דרוקט אויס זיין אמת'ן רצון צו זיין נאנט צום אויבערשטן.
 
10. נשמה
א הארציגער תפילה-ניגון, וואו א איד בעט זיך ביים אויבערשטן אז ער זאל שוין רחמנות האבן אויף אים.
 
אַ באַזונדערע און וואַרימע הכרת הטוב קומט זיך פאַרן באַגאַבטן בעל מנגן מו"ה חיים מאיר ערפס הי"ו, וועלכער איז געשטאַנען בראש פונעם הייליגן פראָיעקט. ער האָט געאַרבעט מיט אומדערמידליכע כוחות כדי דער אַלבום זאָל אַרויסקומען אויפן העכסטן פראָפעסיאָנעלן אופן, און האָט אינוועסטירט גאָר גרויסע סומעס געלט – אָן שפּאָרן קיין געלט און כוחות – אַז די קוואַליטעט פונעם אַלבום זאָל זיין אויף די סאַמע אבסאָלוט העכסטע סטאַנדאַרטן וואָס מען קען היינט דערגרייכן.
 
דאָס האַרציגע און וואַרימע געזאַנג פונעם ראש ישיבה שליט"א איז אָפּגעכאַפּט און רעקאָרדירט געוואָרן אין די באַקאַנטע דידידאם סטודיאָס.
 
די הערליכע כּאָר איז מייסטערהאַפטיג אָנגעפירט געוואָרן דורך ר' אלי שפריי מיט זיין גאַנצער חבריה פון חשוב'ע בעלי מנגנים: ר' יוסי הערשטיק, ר' מיכאל וויינבערגער, ר' יוסי וויינבערגער, און ר' שלומי אלבוים; זיי זענען פראָפעסיאָנעל רעקאָרדירט געוואָרן אין MW סטודיאָס (MW Studios).
 
 
דער אַלבום איז רייך און מייסטערהאַפטיג אַראַנזשירט געוואָרן דורך ר' ליפא בראַך פראָדוקשאָנס, וועלכער האָט אַריינגעלייגט געוואַלדיגע כוחות, זיך אָפּגעגעבן מיט די פילע מוזיקאַלישע דעטאַלן און שווער געהאָרעוועט זיכער צו מאַכן אַרויסצוגעבן אַ דבר השלם. יישר חילו.

 
צו דאונלאודן דעם סידי קען מען דרוקן דא: https://albums.breslevcenter.com/?slug=vus-meint-a-rebbe
 
 
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.