וואס איז פשט פון די נעמען פון די טעג פון די וואך, זונטאג, מאנטאג?
יב תמוז תשפ"ד 📝
שאלה: וואס איז פשט אז די נעמען פון די טעג פון די וואך הייסן "זון" טאג, "מאנ" טאג, "דינס" טאג, "דאנערש" טאג, "פריי" טאג, וואס באדייטן די ווערטער זון, מאן, דינסט, און אזוי ווייטער. בשעת אין לשון הקודש רופט מען זיי, יום א'/ראשון, יום ב'/שני וואס מיינט בסך הכל ערשטער און צווייטער טאג? און פארוואס הייסט נישט מיטוואך עפעס מיט "טאג" אזוי ווי די אנדערע טעג?
ענטפער: ווי באקאנט קומט זייער אסאך ווערטער פון אידיש (און אויך פון ענגליש) פון די אלט-דייטשע שפראך, ווי מען קען זען אביסל פון די נעמען פון די וואך, זון - סאָן, טאג - דעי, מאנדעי, מיינט "לבנה" טאג, וואס אויף דייטש זאגט מען "מאנדע" פאר לבנה. די סיבה פארוואס אין דייטש האט עס באקומען די נעמען זענען צוליב אלטע איינרעדענישט איבער כחות און מזלות וואס הערשן אויף די טעג. דער זון האט באקומען די ערשטע טאג, די לבנה די צווייטע טאג, צדק האט באקומען די דריטע טאג - פרעג מיר נישט וואו דינסט קומט צו צדק, עפעס אן אלטע דייטשע איינרעדעניש. צו מיטוואך וועלן מיר באלד צוריק קומען, דאנערשטאג האט מען געגעבן פאר די "דונער" איינרעדעניש, און פרייטאג רעדט מען פון עפעס אן אנדערע דמיון. די אלטע דייטשן פלעגן געבן א ספעציעלע חשיבות פאר מיטוואך, זיי האבן געהאלטן אז וויבאלד ער איז "אינמיטן פון די וואך" פארמאגט ער ספעצילע כחות, און האבן אים אזוי גערופון "מיטוואך". יעצט קומען מיר צו שבת. ווי אומגלויבליך עס הערט זיך איז שבת פונקט פארקערט. די נאמען אין דייטש פאר שבת קומט פון אונז פון אונזער שבת קודש.
די נאמען אין ענגליש סאַטורדעי, רעדט פונעם כוכב "שבתאי", אבער אין דייטש איז עס עפעס אנדערש. פאר הונדערטער יארן צוריק פלעגט מען רופן אין דייטשלאד דער טאג "סאַמבאַסטאַג" וואס מיינט פשוט "שבת טאג", וואס די נוצרים להבדיל האבן עס גערופן אויפן נאמען פונעם הייליגן שבת. היינט איז דער נאמען עטוואס פארדרייט געווארן אין די היינטיגע דייטש וואס הערט זיך בערך ווי "זאַמסטאַג".
אשרינו מה טוב חלקינו, מיר אידישע קינדער פרייען זיך יעדן טאג פון די וואך אז "עס גייט שוין קומען שבת", מען זאגט ביים יום, היום יום ראשון "בשבת", פון זונטאג קוקט מען שוין ארויס אויף דעם זיסן מתנה וואס מיר אידישע קינדער האבן באקומען פונעם אויבערשטן, א טאג וואס דער קאר ליגט שיין געפארקט, די שליסלעך אוועקגלייגט, דער סעלפאן ליגט ביים טשארדזשער, און מיר באקומען שכר פארן פארברענגען געשמאק מיט די משפחה. דער אויבערשטער באצאלט אונז אפילו אויף די וועלט פארן עסן גוטע זאכן שבת, פארן שלאפן אום שבת קודש.
דער ראש ישיבה זאגט אלץ אז מען דארף אויסנוצן דעם שבת צו רעדן אביסל מיט די קינדער, הערן וואס זיי מאכן, פארציילן א שיינע מעשה פון א צדיק, און אריינווארפן צווישן די ווערטער ווי דער ערליכער איד רעדט צום אויבערשטן, ער גרייט אן נעגל וואסער, ער מאכט ברכות, ער איז מוותר אפילו ווען עס איז שווער. ווען די מוסר גייט אריין אזוי אריינגעפלאכטן אין די מעשה גייט עס אסאך בעסער אריין ווי ווען מען זאגט אים "גרייט אן נעגל וואסער", "מאך ברכות". יעצט איז נאך פאר שבת איז כדאי זיך אנצוגרייטן א שיינע מעשה פון א צדיק און זיך אראפ לאזן צו אונזערע קינדער, און אזוי וועט אריינגיין אין זיי א געשמאקע טעם אין שבת, זיי וועלן ליב האבן צו היטן שבת.
עס איז אויך כדאי זיך צו מאכן צייט שבת נאכמיטאג צו לערנען מיט די קינדער "אבות ובנים", זיי פארהערן. אבער דער ראש ישיבה זאגט אייביג אז מען זאל נישט שטעלן די קינדער אויף א קרייץ פארהער ביז מען "האט זיי געכאפט אז זיי קענען נישט", נאר פונקט פארקערט, העלף אים ארויס און ווייז אים "איך זעה אז דו קענסט זייער פיין", העלף דיינע קינדער וואקסן און בליען, און מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף מיט אסאך תפילות וועסטו זען פון זיי אסאך אידיש נחת.
שיקט אריין א שאלה צו askgershon@gmail.com