טאג טעגליך באגעגענען מיר ראבער אין אומצאליגע פראדוקטן. יעדע קאר, טראק, ביציקל, פליגער פארמאגן ראבערנע רעדער, זייענדיג די מערסט פאסיגע מאטריאל וואס איז סיי בויגזאם, שטארק, לאזט נישט דורך קיין לופט און וואסער, און קען זיך גוט "אנכאפן" אינעם ראוד. אזוי אויך ווערט שיך און סניקער זוילן רוב מאל געמאכט פון ראבער, פארמאגענדיג די אויבענדערמאנטע מעלות, איז עס באקוועם און דויערהאפטיג איינצוזאפן די פילע שטיינער פון די וועגן. רוב קאמערציאלע פארענדיגע פאסיקס (אזוי ווי מען זעט ביים רעדזשיסטער) וואס די פאבריקן זענען פול מיט זיי ווערן געמאכט פון ראבער, זייענדיג שטארק און בויגזאם און נישט גליטשיג וואס זאל קענען פירן די פילע מאשינען און סופליי ליניעס פאר א לאנגע צייט. איבעראל ווי מען וויל פארזיגלען האלטערס וועט מען געווענליך לייגן א ראבבער צווישן דעם דעקל און דעם קאנטעינער זייענדיג א מאטריאל וואס לאזט זיך דרוקן און ווערן אויספארמירט פונקטליך לויט די פלאץ צווישן די צוויי אן איבערלאזן קיין שום שפאלט און גארנישט זאל קענען אריין און ארויס. אזוי אויך ווערן נאך פילע טאג טעגליכע זאכן געמאכט פון ראבער, ווי צום ביישפיל רייניגונגס הענטשיך, ראבער בענדס, מעקערס, און הענטלעך פאר פילע כלים ווערן איבערגעדעקט מיט א שיכט פון ראבער, בפרט טעפ וואס די ראבער לאזט נישט דורך די היץ, אבער לאזט זיך שטארק אנהאלטן אז דער טאפ זאל זיך נישט אראפ גליטשן.
 
עס איז דא וואס מיינען אז עס איז א שפיל צו ארויפלייגן די ראבער בענדס אויף די פינגער מען ציעט עס אויס, מען האלט עס אן מיט איין פינגער, און מען לאזט עס אויס און עס פליעט צו א חבר און געבט אים א געזונטע פליק, דאס איז אבער בכלל נישט קיין שפיל, און איינמאל וועט עס נישט געלונגען און זיי וועלן כאפן א געזונטע ציפ, אז מען וועט עס געדענקען. א מענטש מיינט ער האט א הפקר מויל, ער פליקט ער שטעכט, יעדער איז גארנישט קעגן אים, אויב וועט ער נישט תשובה טון, און זיך דערמאנען אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט, וועט עס אים איין טאג אהיים קומען, און ער וועט כאפן אזא פליק, אז ער וועט עס געדענקען.
 
פון וואו קומט דער ראבער? פון וואס מאכט מען דאס? די ערשטע ראבער איז נאטורליכע ראבער וואס איז זאפט פונעם "ראבער בוים", וועלכע וואקסט אין די טראפישע ערטער אין די וועלט, ווי דער אמאזאן וואלד אין סאוט אמעריקע. מען שטעקט אריין שטרויען אין די ראבער ביימער און עס רינט ארויס דערפון א ווייסע פליסיגקייט ענדליך צו מילך וואס ווערט גערופן "לעטעקס", די זאפט רינט אריין אין שיסלעך וואס ווערן דערנאך צוזאם גענומען.
 
מען לייגט אריין אין די זאפט פארשידענע כעמיקאלן וואס טיילן אפ די ראבער חלקים פון די וואסער, דערנאך שפרייט מען עס אויס דין ווי עס ווערט "אויסגעוועלגערט" כדי אויסצוקוועטשן דערפון יעדע פייכטקייט, דערנאך דארף מען עס שטארק אנהייצן וואס דאס טוט עס שטארקן צו קענען אויסהאלטן די פילע וואלגערנישן וואס עס וועט דארפן דורכגיין ביים ווערן באנוצט.
 
דאן איז שוין דער ראבער מער ווייניגער פארטיג, און דערפון קען מען שוין אנהייבן פראדוצירן די פילע סארטן זאכן. מען קען אויך מאכן ראבער סינטעטיש, בעיקר פון פעטראליום (נאטורליכע גאז), וואס גייט דורך פארשידנע פראצדעדורן צו קענען ווערן ראבער.
 
ראבער האט א נאטור אז ער לאזט זיך ציען און עס ווערט צוריק צום פריערדיגן שטאפל. אבער אלעס האט א שיעור, אז דו וועסט עס צופיל ציען וועט זיך עס סוף כל סוף צורייסן. ווען א מענטש טרעפט א צדיק וואס ווייזט אים די וועג צום אויבערשטן, זיין נשמה הייבט אן ברענען און ער וויל נאר א גאנצן טאג לערנען און דאווענען, דארף מען אכטונג געבן עס זאל נישט זיין קיין רבוי אור, גיי נישט ווייטער ווי דו קענסט, פרעג אן ערליכער איד ווי שנעל דו זאלסט גיין, ווייל אויב דו וועסט איבערציען די שטריק וועסטו צוריק פאלן ערגער פון פריער.
 
אויב האט איר סיי וועלכע נושא וואס איר ווילט מיר זאלן באשרייבן, קענט איר שיקן אן אימעיל צו askgershon@gmail.com, און מיר וועלן פרובירן צו ענטפערן מיטן אויבערשטענ'ס הילף.