וואס איז שטערקער, וואסער אדער לופט?
כו חשון תשפ"ז 📝
שאלה:
וואס איז שטערקער, וואסער אדער לופט? ווען א שווערע זאך פאלט אדורך די לופט צעברעכט עס זיך נישט, אבער ווען עס פאלט אריין אין וואסער ווערט עס געווענליך יא צעבראכן. איז טאקע וואסער שטערקער?
משה טייטלבוים
ענטפער פון גרשון קרעמער:
משה'לע, דו פרעגסט א זייער קלוגע שאלה. א גלאז וואסער זעט אויס אזוי רואיג און שטיל, און די לופט איז נאך איידעלער פון דעם – מען זעט עס נישט און מען שפירט עס קוים. אבער דער אייבערשטער האט אריינגעלייגט אין ביידע א געוואלדיגן כח.
דער הייליגער תנא בן עזאי זאגט אין פרקי אבות (פרק ד'): "אל תהי בז לכל אדם, ואל תהי מפליג לכל דבר, שאין לך אדם שאין לו שעה, ואין לך דבר שאין לו מקום." דאס מיינט: זאלסט קיינעם נישט אוועקמאכן, און זאלסט נישט מזלזל זיין אין גארנישט, ווייל יעדע זאך האט איר פלאץ, און יעדער מענטש האט זיין צייט.
אז דו פרעגסט איבער "וואסער" און "לופט", זענען די ווערטער פון בן עזאי זייער פאסיג. ווייל וואס איז שוין וואסער? און לופט, וועסטו טראכטן, איז דאך ממש גארנישט. אבער ביידע האבן זייער צייט און פלאץ אויף דער וועלט.
יעצט, ווער איז שטערקער? וועל איך דיר צוריקפרעגן: שטערקער אין וואס? אין שטופן? אין אפשטעלן א זאך וואס פליט? אין דרוקן? דער ענטפער איז, אז עס ווענדט זיך אין דעם וואס מען וויל מעסטן.
וואסער וועגט אסאך מער ווי לופט. אויב מען נעמט צוויי פונקטליך די זעלבע פלעשער, איינס אנגעפילט מיט וואסער און דאס צווייטע "פול" מיט לופט, וועט די וואסער זיין פיל שווערער, ווייל וואסער איז פיל מער געדיכט; אינעם זעלבן פלאץ ליגט פיל מער שטאף.
נאך א חילוק איז דא: לופט לאזט זיך צוזאמענדרוקן, אבער וואסער קען מען כמעט נישט צוזאמענדרוקן. וואסער לאזט זיך נישט אריינשטופען מיט קראפט; אויב עס איז מער נישטא קיין פלאץ, וועט עס מוזן ערגעץ ארויסגיין.
יעצט צו דיין שאלה: ווען א זאך פאלט אראפ דורך די לופט, רוקט זיך די לופט גרינג אוועק פון איר וועג. אבער ווען עס קלאפט אריין אין וואסער מיט א שטארקע שנעלקייט, דארף זיך אין איין רגע אוועקרוקן א פיל שווערערע זאך – וואסער – וואס רוקט זיך נישט אזוי שנעל ווי לופט. דערפאר וועט דאס וואסער אים פלוצלינג אפשטעלן, און פונעם שטארקן קלאפ קען עס צעבראכן ווערן.
וואסער פארמאגט נאך גאר שטארקע כוחות. ווען עס קומען למשל ריזיגע כוואליעס ביי א צונאמי, וועט עס צעברעכן יעדע זאך וואס שטייט אים אין וועג. עס קען אפילו אריינטראגן ריזיגע שיפן מיילן ווייט אריין אין די יבשה.
מיינט דאס אז לופט איז שוואך? בכלל נישט! א ווינט איז דאך פשוט לופט וואס רוקט זיך. ביי א שטארקע שטורעם קען דער ווינט אראפרייסן דעכער און אומווארפן ריזיגע ביימער.
נו, ווער איז טאקע שטארקער? פאר ביידע האט דער אויבערשטער געגעבן מורא'דיגע כוחות, פונקט ווי ביי אונז מענטשן, וואו יעדער האט זיין אייגענעם פלאץ וואו ער טויג. וואסער איז געדיכטער און וועט זיך נישט רוקן אזוי שנעל, און לופט – די ווינטן קענען שטופן גאר שטארק.
דיין שאלה לערנט אונז א וויכטיגן יסוד: דער באשעפער האט געגעבן פאר יעדער זאך איר אייגענעם פלאץ און איר באשטימטן תפקיד. דאס וואסער דארף נישט ווערן קיין לופט, און די לופט דארף נישט ווערן קיין וואסער; די וועלט דארף ביידע פונקט אזוי ווי דער באשעפער האט זיי באשאפן.
אזוי איז עס אויך ביי אונז מענטשן. אמאל קוקט מען אויף א חבר און דער "קנאה-ווארימל" פרובירט זיך איינצועסן: יענער לערנט בעסער פון מיר, יענער זינגט אזוי שיין, יענער קען שפילן בעסער... און מען טראכט ביי זיך: פארוואס בין איך נישט אזוי ווי יענער?
אבער דעם רבינ'ס חיזוק דערמאנט אונז צו טראכטן אנדערש. "דאס איז מיין מעשה, און דאס איז יענעמ'ס מעשה, און בכלל וואס האט מען צו רעדן פון יענעם?" – אזוי האט דער הייליגער תם געזאגט. אז מען לעבט מיט דעם דאזיגן צוגאנג, קען מען אנקומען זייער ווייט און דערגרייכן די העכסטע מדרגות סיי בגשמיות און סיי ברוחניות.
איזהו עשיר השמח בחלקו.
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.