וואסער
כד תמוז תשפ"ד 📝
שאלה: איך בין זייער נייגעריג אויב וואסער איז א בריאה פאר זיך און אלע וואסערן וואס עקזיסטירט זייט בריאת העולם איז די זעלבע, אדער עס קומט כסדר צו נייע וואסער? יאסי
ענטפער: דו פרעגסט זייער גוט, די קורצע תשובה אויף דיין שאלה איז אז אלע וואסערן פון בריאת העולם ביז היינט איז אלעס די זעלבע, עס קומט נישט צו קיין פרישע וואסער, און עס ווערט נישט אויס. די וואסער קען זיך טאקע טוישן אין פארעם, עס קען זיין פשוט "וואסער" ווי מיר קענען עס, עס קען זיין "לופטיג" (געז) אזוי ווי ווען עס ווערט פארוואנדעלט אין א וואלקן, נעפל אדער פּאַרע, און עס קען זיין "אייז". דער אויבערשטער האלט אין איין ארומרוקן די וואסער פון די ריזיגע אקעאנען ווי עס איז אויסגעמישט מיט זאלץ און אנדערע מינעראלן וואס א מענטש קען נישט טרונקען, דער אויבערשטער שיקט ארויף יעדן טאג זייער אסאך וואסער פון די אקעאנען צו ווערן וואלקענעס ווי די זאלץ קומט נישט אן, און קומט אראפ אלס רעגן וואסער וואס רינט דערנאך אראפ פון די בערג אין די טייכן און קוועלער וואס איז זיס, געשמאק און געזונט צו טרונקען, און א איד קומט עס טרונקען מיט א ברכה, און דאנקט דערנאך דעם אויבערשטן וואס האט עס באשאפן להחיות בהם נפש כל חי.
וואסער איז אבער נישט א בריאה פאר זיך, דאס מיינט אז עס איז נישט פון די בערך הונדערט יסודות'דיגע "עלעמענטן" פון וואס אלעס אויף דער וועלט איז צוזאם געשטעלט, וואסער ווערט אנגערופן אין די סייענטיפישע וועלט h2o, וואס מיינט היידראגין און 2 אקסיגען, ווייל וואסער איז א א "מאלעקיול" (א טייג פון צוויי אדער מערערע "עלעמענטן") פון די דריי עלעמענטן, יעדע מאלעקיל פון וואסער באשטייט פון איין היידראגין אטאם, און 2 אקסיגען אטאמען.
עס איז א געוואלדיג פלא פונעם אויבערשטן, וויאזוי ער האט צוזאם געשטעלט די צוויי גאר פלאמעדיגע עלעמענטן, אקסיגען און היידראגין, וואס איז פון די בעסטע ברענשטאף וואס עס איז נאר פארהאן, אבער ווען ער שטעלט זיי צוזאם צו טון דעם רצון הבורא צו ווערן איין מאלעקיול, ווערן זיי פונקט פארקערט, נישט נאר וואס וואסער קען נישט ברענען, נאר עס וועט אויסלעשן יעדע פייער מיט וועם ער קומט אין בארירונג. דאס איז ווען מיר קוקן אריין אין וואסער אין זיין "קליינע וועלט".
אין אונזער "גרויסע" וועלט שטעלט דער אויבערשטער צוזאם א אידישע שטוב פון א מאן און א פרוי, יעדער איינער קומט פון א צווייטע בעקגראונד, מיט אדערע כאראקטערן, מידות און רצונות. אויב שטעלט מען זיך צוזאם פשוט איינע נעבן צווייטן און יעדער וויל נאר זיך און מיך, קען אויסברעכן א פייער וואס קען אלעס פארלענדן רח"ל, אבער אויב מען שטעלט צוזאם די צוויי יסודותדיגע "עלעמענטן" מיט'ן אויבערשטן, עס זאל ווערן איין "מאלעקיול", יעדער איז דא מיט איין ציל צו טון דעם רצון הבורא, דאן ווערט עס א הערליכע נייע בריאה, א אידישע שטוב פון ווי עס וועט ארויסקומען הערליכע אידישע דורות וואס וועלן באלייכטן די וועלט. קינדער וואס וואקסן אויף אין א שטוב ווי די טאטע און מאמע האבן זיך ליב, מען רעדט שיין איינע צום צווייטן, מען העלפט זיך ארויס, קיינער איז נישט באלעבאס, נאר דער אויבערשטער, וועלן די קינדער באשיינען און באלייכטן די וועלט.
שיקט אריין א שאלה צו askgershon@gmail.com