וואסער טענק, וואסער קוועלער, און פאמפ קאנטראל מאשין פון נייעם בנין אין אומאן שוין פערטיג ב"ה
כט תמוז תשע"ט 📝
מיט יעדן טאג וואס גייט דורך, ווערן מיר ב"ה נענטער און נענטער צום הייליגן פארכטיגן יום הדין, וואס מ'משפט יעדעם איינעם, מי יחיה ומי ימות, וכו' וכו', און מיר אלע פארן בעז"ה צום הייליגן רבין וואס האט צוגעזאגט אז ער וועט זיין די אדוואקאט פאר די אלע וואס קומען צו אים אויף ראש השנה. מיר אלע קומען איבער אלע מניעות און שטיינער וואס שטעלן זיך אין וועג, און מיר מאכן א טיקעט און מיר פארן צום הייליגן רבין אויף ראש השנה, ווי מיר וועלן זיך אויסבעטן ביים אייבערשטן א גוט געבענטשט יאר.
זעענדיג דעם געברויך צוצשטעלן אין עיר הקודש אומאן א הייליגע ריינע און רואיגע ווינקל פאר אנשי שלומינו, האט זיך דער ראש ישיבה שליט"א אריינגעלייגט מיט מסירת נפש אין דעם קאסטבארן און שווערן פראיעקט, און האט אויפגעבויעט א הערליכן ריזיגן בנין אויף א שטילע ווינקל וואס איז שוין באנוצט געווארן פאריאר.
איינע פון די פראבלעמען אין שטאט אומאן איז ווי באקאנט, די שטאטישע וואסער סיסטעם. זייער סיסטעם קען נישט דערהייבן צוצושטעלן גענוג וואסער פאר די צוגעקומענע איבער 70,000 אידן קע"ה וואס קומען אויף יום טוב צום הייליגן רבין אין אומאן, און דערפאר פארלירן אסאך געביידעס די וואסער אין די פארנומענע ערב שבת און ערב יו"ט טעג, ווען מ'נוצט גאר אסאך וואסער.
דערפאר האט דער ראש ישיבה שליט"א באשלאסן אז מען זאל גראבן אייגענע קוועלער ביים נייעם בנין, פון וואס מ'זאל שעפן פרישע ריינע קוואל וואסער פון פאראויס, און מ'זאל אינסטאלירן ריזיגע וואסער טענק, מ'זאל עס קענען סטארעדזשן.
פאריאר האט מען זיך גענומען צו די ארבעט פון זוכן קוועלער, און מיטן אייבערשטנס הילף האט מען שוין ביז יעצט מצליח געווען צו טרעפן און פארטיגן אזויפיל ווי זעקס (!) שפרולדעדיגע קוועלער, וואס פראדוצירן אינאיינעם דעם ריזיגן סומע פון בערך 10,000 גאלאן וואסער א טאג.
אזוי אויך האלט מען שוין אויך ב"ה נאכן בויען דעם ערשטן ריזיגן 12,000 גאלאנדיגע וואסער טאנק, ווי די וואסער וועט ווערן געסטארדזשד, וואס וועט בעז"ה ערמעגליכן א באקוועמע סכום וואסער פאר די פארנומענע ערב שבת און ערב יו"ט טעג.
און אזוי ווי בעז"ה קומענדיגע יאר וועט גענוצט ווערן נאך שטאקן פונעם בנין צום שלאפן, דערפאר ווערן שוין יעצט געמאכט פלענער צו בויען נאך א גיגאנטישע וואסער טאנק פון קרוב צו 50,000 גאלאן, וואס וועט בעז"ה געבן א גאר הרחבה'דיגע וואסער סופליי פאר אלע הונדערטע אידן וואס וועלן זיך באנוצן מיט דעם בנין בעז"ה.
יעצט האט מען ב"ה זוכה געווען לברך על המוגמר פאר די אלע איינריכטונגען, די זעקס קוועלער שפרודלען שוין מיט וואסער, די 12,000 גאלאנדיגער טאנק איז שוין אינגאצן פארטיג, און מען פילט עס שוין אן מיט פרישע קוואל וואסער.
אזוי אויך איז שוין אינסטאלירט געווארן די פאמפ קאנטראל מאשין (בילד פון קעפל), וואס וועט בעז"ה אנצינדן און אויסלעשן די פאמפס פאר די קוועלער לויטן געברויך.
ויחפרו ... בנח"ל, וימצאו שם באר מים חיים (בראשית כ"ו י"ט)