וואקסינען
יז אייר תשפ"ו 📝
שאלה: א גוטן ר' גרשון קרעמער, קענסט מיר ביטע מסביר זיין וואס מיינט דאס "וואקסינען"? און וויאזוי ווערט מען "וואקסינירט"? אזוי אויך וויל איך וויסן פארוואס די מוסדות זענען אזוי שטרענג נישט אנצונעמען קיין קינדער וואס האבן נישט באקומען קיין וואקסינען?
משה טייטלבוים
ענטפער פון גרשון קרעמער:
וואקסינירן מיינט אז מען מאכט דעם מענטש ער זאל זיין צוגעגרייט, אז אויב עס פאסירט ח"ו די קרענק אויף וואס מען געבט די וואקסינאציע, זאל ער עס קענען באקעמפן און זיך שלאגן דערמיט. למשל, א מענטש וואס ווערט וואקסינירט אין די יונגע יארן מיט אמונה און בטחון — מען האט אים אויסגעלערנט פון ווען ער איז נאך א קליין קינד אז מען קען רעדן צום אייבערשטן, מען לערנט אים אויס צו לעבן מיט קדושה און טהרה, און ער זאל וויסן אז עס זענען דא קראנקע מענטשן פון וועמען מען דארף שטיין ווייט — אזא קינד וועט אויפוואקסן געזונט בעז"ה, און ער וועט זיך קענען שלאגן קעגן אלע קרענק און אנשיקענישן וואס וועלן אים נאך אונטערקומען. די אלע נסיונות וועט ער בעז"ה קענען ביישטיין, ווייל ער איז וואקסינירט.
בנוגע דעם וואס דו פרעגסט, פארוואס די מוסדות זענען אזוי שטרענג נאר אנצונעמען קינדער וואס האבן באקומען די וואקסינען? פונקט ווי מען דארף זיין וואקסינירט ברוחניות, דורך אנגרייטן די קינדער צו שוועריקייטן מיט אמונה און קדושה, דארף מען אויך אנגרייטן די קינדער בגשמיות, אז זיי זאלן נישט באקומען די פארשידענע מחלות וואס עס זענען דא דערויף וואקסינען. די וואקסין "לערנט אויס" דעם קערפער וויאזוי צו באקעמפן די מחלה. דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אין א בריוו ווי פאלגנד: "דיין ווייב האט מיר געשריבן איך זאל איר אויסקלארן וועגן געבן פאר די קינדער שאטס, ווייל די עלטערן שטייען טאג און נאכט און האקן אין קאפ קעגן שאטס, אז אלע צרות קומען דערפון. איך בין נעכטן געווען אין שטעטל א גאנצן טאג, און גלייך ווען איך בין אהיים געקומען בין איך געגאנגען מיט מיינע קינדער געבן שאטס. מיין ווייב תחי' בעט מיר איך זאל מיטגיין מיט איר געבן נידלעך פאר די קינדער; בשעת'ן געבן די שאטס בין איך געווען זייער פרייליך צו טון וואס איז ריכטיג פאר די קינדער. דער רבי האט געזאגט מען זאל געבן פאר די קינדער וואקסינען. דער רבי האט געזאגט, אז אפילו ווינטער ווען עס איז שטארק קאלט זאל מען פארן מיט די קינדער צום דאקטער געבן וואקסינען. אנדערע ווילן זאגן אז דער רבי רעדט נישט פון די היינטיגע וואקסינען, און אז היינט איז דאס יא שעדליך. קומט מוהרא"ש און זאגט אין שו"ת ברסלב (חלק ז, מכתב תתטז, ועוד) מען זאל געבן וואקסינען פאר די קינדער, אזוי טו איך און אזוי טוען אלע תלמידי היכל הקודש. לאז זיך זיך נישט פארנארן מיט די נארישע דמיונות אז אלע פראבלעמען קומען פון די וואקסינען. איינמאל מען הייבט אן אויסצוהערן די שטותים ווערט מען אינגאנצן פארפירט, און מען קען אנקומען צו סכנות'דיגע זאכן. שטארק זיך אין הפצה; גיי פארשפרייט די ספרים און קונטרסים וואס מוהרא"ש האט אונז געשריבן דורכאויס די אלע יארן. דאס זענען אזעלכע אוצרות, אז ווער עס קוקט אריין אין די ספרים ווערט אן ערליכער איד.
אויך שרייבט דער ראש ישיבה אין אן אנדער בריוו: "בנוגע געבן 'שאטס' (וואקסינען) פאר קינדער; יעצט זענען נעבעך אוועק עטליכע קליינע קינדער אין ירושלים עיר הקודש פון די מחלה 'מיזעלס' מען זעט קלאר וואס דער רבי האט געזאגט מיט איבער צוויי הונדערט יאר צוריק, אז ווער עס גיט נישט קיין שאטס פאר די קינדער – איז א רוצח. אינטערעסאנט איז, אז אין ברסלב אין מאה שערים, וואו מען טוט אלעס וואס דער רבי זאגט – זאל מען האבן אזעלכע חכמות, רחמנא לצלן. אויך ביי אונז אין שטעטל זענען דא טייערע וואוילע משפחות וואס טוען אלעס וואס דער רבי זאגט, ביז עס קומט צו געבן שאטס פאר די קינדער."
דער ראש ישיבה שליט"א פירט אויס דעם בריוו: "וואויל איז דעם וואס פאלגט די תורה, פאלגט וואס די צדיקים זאגן, און גייט נישט נאך דעם אייגענעם שכל."