ווארימע סעודת הילולא פון אבינו רועינו מוהרא"ש זי"ע בראשות דעם ראש ישיבה שליט"א

יט שבט תשפ"ה 📝
לקראת די צענטע יומא דהילולא קדישא פון כ"ק אבינו רועינו מרן מוהרא"ש זי"ע וואס איז אויסגעפאלן נעכטן שבת קודש קבלת התורה י"ז שבט הבעל"ט זענען זיך צוזאם געקמען א ריזיגע ציבור אנשי שלומינו תלמידים פון אלע שטעט אנשים נשים וטף פון גרעיטער ניו יארק און ארום, טראץ דעם גאר שווערן שניי און אייז שטורעם וואס האט געבוזשעוועט אין גאס, מיט'ן ציל צו חזרן און זיך מחזק זיין מיט די שיינע ירושה וואס אונזער רבי דער גרויסער בעל הילולא האט אונז איבערגעלאזט.
דער יושב ראש דער פה מפיק מרגליות, הר"ר זושא פריעדמאן שליט"א האט מיט זיין לשון לימוד ארויסגעברענגט די גרויסע פארדינסטן וואס מיר האבן פונעם בית הדפוס, און די גרויסע זכי' וואס מיר האבן זיי צו שטיין צו די רעכטע האנט. עס איז געווען אין פלאן צו הערן דרשה פון מו"ה אפרים ענגליש הי"ו איבער זיין דראמאטישע סיפור התקרבות, אבער צוליב דעם שווערן וועטער האט ער נישט געקענט אנקומען, ועוד חזון למעוד, האפט מען עס משלים צו זיין ביי א קומענדיגע געלעגענהייט.
אלץ א סורפרייז האט אויפגעטרעטן דער דער מנהל בית הדפוס, מו"ה אשר יעקב בלום וואס האט אביסל פארציילט די סודות פון חדר, די פינאנציעלער מצב פונעם בית הדפוס, און די גרויסע פלענער וואס מען האפט בסייעתא דשמיא צו דערגרייכן.
דער גבאי מו"ה לייבי ראטה הי"ו האט דערנאך אויפגעטרעטן און אראפגעלייגט וואס דאס מיינט הפצה, וויאזוי מען האט געזען זינט דעם הייליגן רבינ'ס פטירה, במשך אלע דורות וויאזוי א קליין ספר וואס קומט אן צו א איד קען בוכשטעבליך טוישן די וועלט,מיר זענען עדות צו פילע עפיזאדן וויאזוי א ספרל האט געטוישט און געראטעוועט אומצאליגע אידן און משפחות. דאס איז די ציל און מטרה פון אלע אקטיוויטעטן פונעם בית הפוס. ער האט ארויסגעברענגט אז דער בית הדפוס טראגט היינט א בודזשעט פון איבער זעכציג טויזענט דאלער, וואס קען נאר אנגיין א דאנק די נדבות און שטיצע פון אנשי שלומינו.
דערנאך האט מען מיטגעהאלטן א גאר אינהאלטספולע לעבעדיגע אינטערוויו צווישן דער לאנג יעריגער תלמיד פון מוהרא"ש זי"ע מו"ה שאול חיים איינהארן הי"ו, וואס האט געהאט די זכי' צו משמש זיין מוהרא"ש זי"ע, און מו"ה מנשה איצקאוויטש הי"ו דער גבאי פון בית המדרש היכל הקודש בארא פארק, ווי מען האט געהערט גאר אינטערסאנטע עובדות וסיפורים ערשטהאנטיג, פון די פריערדיגע יארן ביי מוהרא"ש זי"ע.
צום שלוס האט מען געהאט די זכי' צו הערן דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א, וואס האט געפענט די גנזי המלך, די טייערע אוצורות די ירושה וואס מוהרא"ש זי"ע האט איבערגעלאזט, די ירושה וואס יעדער קען נעמען פאר זיך, אז מען קען לעבן דא אויף דער וועלט מיט די דזשאב, מיט די ווייב, מיט די קינדער, לעבן מיט'ן אויבערשטן, לעבן מיט תפלה, לעבן מיט התבודדות, לעבן מיט שמחה של מצוה.
דער ריזיגער ציבור איז שטארק דאנקבאר פאר'ן בית הדפוס און פאר אלע וואס שטיין צו הילף פאר דעם ריזיגן פאבריק פון אמונה, וואס זייט דעם הייליגן רבי נתן איז נאך נישט געווען א דרוקעריי וואס איז אויפגעשטעלט געווארן און האט נאר איין ציל צו פארשפרייטן און דרוקן די ספרים פון הייליגן רבי'ן, אן אויפגאבע וואס ליגט באמת אויף יעדן ברסלב'ע חסיד באזונדער, און מיט דעם בית הדפוס זענען מיר ממשיך דעם מסירת נפש פון רבי נתן, וואס וועט אונז באגלייטן ביז משיח.