שאלה: איך בין נייגעריג וואס עס טוט אינעווייניג אין א בעטעריע. איינער האט מיר מסביר געווען אז עס האט עפעס מיט מאגנעטן וואס שטופט עפעס אריין כח אינעם בעטערי, איך האב נישט פארשטאנען וואס ער האט פרובירט מסביר צו זיין. אזוי אויך וויל איך פארשטיין וויאזוי מען קען ריטשארדזשען בעטעריען. איך וואלט מיר זייער געפרייט צו הערן א ענטפער דערויף. און א גרויסע ישר כח פאר דיינע באשרייבונגען, עס געט מיר כח אויף די גאנצע וואך. פייוויש.
 
עטעפער: האסט געפרעגט א גוטע פראגע פייוויש. בעטעריעס זענען א גאר וואונדערבארע זאך וואס דער באשעפער האט געגעבן כחמה אין מענטשן צו קענען ערצייגן. בעטעריעס זענען גאר אינטערעסאנט צו באטראכטן. לאמיר אביסל אריינקוקן דערין און פרובירן צו פארשטיין וואס טוט זיך דארט אינעווייניג.
 
בעטעריעס ארבעטן דורך כעמיקאלע רעאקציעס און נישט דורך מאגנעטן. טיף אינעווייניג אינעם בעטעריע געפונען זיך צוויי טערמינאלן, די פאזיטיווע טערמינאל און די נעגאטיווע טערמינאל. בשעת ווען אויף די פאזיטיווע זייט געפונען זיך פילע איבעריגע עלעקטראנס און אויף די נעגאטיווע זייט פעלט עלעקטראנס, ביי די טערמינאלן זענען געוויסע כעמיקאלן וואס ערלויבן די עלעקטראנס צו פארן פון איין זייט צום צווייטן, ווען מען צינדט אן עפעס מיט די בעטעריע, נעמען זיך די עלעקטראנס לויפן וואס געט די כח פאר'ן מאשין צו ארבעטן.
 
אבער צוביסלעך ווערן די עלעקטראנס אויסגעאייניגט ביידע זייטן, וואס מאכט אז די עלעקטראנס הערן אויף צו לויפן, וואס מיר זעען דאס ווי "די בעטעריע האט זיך אויסגענוצט".
 
ווען מען ריטשארדזשט א בעטעריע, טוט די עלעקטעריציטעט פון די הויז איבערדרייען דעם כעמיקאלע רעאקציע, וואס איז גורם אז די עלעקטראנס זאלן צוריק לויפן צו די אנדערע זייט, און ווערן גרייט פארן קומענדיגן באנוץ.
 
פילע אין די וועלט זענען זייער באזארגט איבער די באנוץ פון געז און פאלושן, און קענען נישט שלאפן צוליב וואס זיי זעען ווי די וועלט גייט אונטער, און שטופן מען זאל טוישן צו אנדערע פארמען פון ענעריגע, יעצט זענען מיר אין די וואך וואס מען האט גערוקט די זייגער "צו העלפן שפארן עלעקטעריציטעט", מיר נעמען נישט קיין שטעלונג אין די אלע זאכן; אבער מיר קענען רואיג שלאפן, מיר חזר'ן כסדר וואס דער ראש ישיבה זאגט אונז "די וועלט פאלט נישט צאם, עס איז דא א בעל הבית וואס געבט אכטונג אויף די וועלט; דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט, ער האלט די וועלט, ער פירט עס הערליך שיין, און די וועלט ווערט אלץ שענער און שענער."
 
מיר וועלן אויסנוצן די אלע חכמות וואס דער באשעפער האט אריינגעלייגט אין דער וועלט אים צו דינען דערמיט, מיר נוצן עלעקטריק צו קענען לערנען, דאווענען און טון מצוות און מעשים טובים. מיר לאזן דעם אויבערשטן פירן די וועלט.
 
די וועלט שטייט נישט דורך די פילע פארזאגער, די וועלט שטייט אויף די מצוות ומעשים טובים וואס אידישע קינדער טוען, די וועלט שטייט אויף דריי זאכן - זאגן חז"ל - אויף תורה, עבודה, און גמילת חסדים. אויך זאגן חז"ל אז די וועלט שטייט אין זכות פון די תורה פון תינוקות של בית רבן. מיר וועלן זיך ווייטער שטארקן צו טון די אלע זאכן, און דאס לערנען מיט אונזערע קינדער.
 
אויב האט איר סיי וועלכע נושא וואס איר ווילט מיר זאלן באשרייבן, קענט איר שיקן אן אימעיל צו askgershon@gmail.com, און מיר וועלן פרובירן צו ענטפערן מיטן אויבערשטענ'ס הילף.