שאלה:

איך האב א שפילצייג וואס איז "גלאו אין די דארק", עס שיינט אין די טונקל. עס האט נישט קיין עלעקטריק און נישט קיין בעטעריס, עס איז אפילו נישט מוקצה שבת. וויאזוי קען עס שיינען?
 
אליעזר שלמה טייטלבוים, כיתה ד', ת"ת ברסלב, קרית יואל.
 
 
ענטפער פון גרשון קרעמער:
 
טייערער אליעזר שלמה ני"ו, דו פרעגסט א זייער גוטע שאלה, און מען זעט אז דו ביסט א קלוג קינד וואס טראכט אריין אין די וואונדערליכע בריאה וואס דער באשעפער האט באשאפן.
 
דו האסט זייער גוט באמערקט: דאס שפילצייג האט נישט קיין באטעריס, קיין ווייערס, אדער עלעקטריק, און מען טוט גארנישט עס אנצוצינדן, און דאך שיינט עס אין די טונקל! וויאזוי פאסירט דאס?
 
דער ענטפער ליגט אין א גאר וואונדערליכן מאטעריאל וואס ווערט אנגערופן אין די כעמישע וועלט "פאספאר" (Phosphor). די סארט "גלאו אין די דארק" שפילצייגן זענען באשמירט אדער אויסגעמישט מיט דעם ספעציעלן מאטעריאל.
 
וויאזוי ארבעט עס? דער אויבערשטער האט אים געגעבן א גאר אינטערעסאנטע אייגנשאפט, אז ער דינט ווי א ספאנדזש פאר ליכטיגקייט. שטעל דיר פאר א פשוט'ן ספאנדזש פון קיך וואס מען לייגט אריין אין וואסער; ער הייבט אן צו טרינקען דאס וואסער און ווערט אנגעפילט. ווען מען נעמט ארויס דעם ספאנדזש פון וואסער, הייבט ער אן ארויסצולאזן דאס וואסער צוביסלעך, טראפנווייז.
 
דער "פאספאר" ארבעט פונקט אזוי, אבער אנשטאט אריינצוזאפן וואסער, זאפט עס איין ליכטיגקייט. ווען דיין שפילצייג געפינט זיך אין א ליכטיג פלאץ, די לייטס זענען אנגעצונדן, אדער אינדרויסן אין די זון, זאפט דאס שפילצייג איין די ליכטיגע שטראלן, און עס "פילט זיך אן" מיט ליכטיגקייט.
 
ווען דו נעמסט אריין דאס שפילצייג אין א טונקל פלאץ, וועט די איינגעזאפטע ליכטיגקייט אנהייבן ארויסצוגיין. דער פאספאר לאזט ארויס די ליכטיגקייט זייער שטאט און צוביסלעך. דאס איז דער שיינער "שיין" וואס דו זעסט אין די טונקלקייט! נאך א שטיק צייט, ווען די גאנצע איינגעזאפטע ליכטיגקייט נוצט זיך אויס, הערט עס אויף צו שיינען, און מען דארף עס ווידער צוריק לייגן אין א ליכטיג פלאץ עס זאל זיך נאכאמאל אנפילן.
 
אונזער נשמה איז אויך פונקט ווי א ספאנדזש וואס זאפט איין ליכטיגקייט און שיינט אין די טונקלקייט. ווען דו פרייסט זיך מיט'ן שבת, דו רירסט נישט צו קיין מוקצה אום שבת און דו האלטסט זיך איין פון עס נעמען, ווערט דיין נשמה אנגעפילט מיט ליכטיגקייט.
 
אבער אונזער נשמה זאפט איין אלעס; אויב מיר הערן אויס צדיקים און פרייליכע מענטשן וואס לעבן מיט'ן אויבערשטן, וועלן מיר ארויסגעבן אמונה און שמחה פאר די ארומיגע. אבער אויב מיר וועלן זיך חבר'ן מיט מענטשן וואס זענען אנגעבלאזן, קיינמאל נישט צופרידן, און האבן טענות אויף יעדעם, וועט דאס אויך האבן א השפעה אויף אונז ח"ו.
 
דערפאר דארף מען זען זיך שטענדיג צו דרייען אין "ליכטיגע" פלעצער: הערן ניגונים פון ערליכע אידן, מעשיות פון דערציילערס וואס האבן יראת שמים, און שפילן מיט קינדער וואס האבן גוטע מידות.
 
און מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף וועלן מיר דאס ארויסגעבן פאר אונזערע ארומיגע. עס וועט זיין א מחי' זיך צו דרייען נעבן אונז, ווייל יעדער וויל דאך זיין ארום גוטע און פאזיטיווע מענטשן. אזוי וועלן מיר מאכן א קידוש השם, ווען מענטשן וועלן אויך וועלן ווערן ערליכע אידן זעענדיג אז "אזוי פירט זיך אויף איינער וואס דרייט זיך ביי א צדיק".
 
 
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.