וויאזוי ארבעט א קרעדיט קארד?
יג אלול תשפ"ד 📝
שאלה: וויאזוי צאלט מען מיט א קרעדיט קארד? וויאזוי ארבעט עס אז מען געט א "סווייפ" און דער ארדער איז באצאלט? ר. ז.
ענטפער: מען קען באמת באצויבערט ווערן, איך קויף איין א גרויסע וואגן פון פראדוקטן פון שענסטן און בעסטן, עס קומט צו רעכענען, אפס, דער בערזל איז ליידיג, נישט קיין פראבלעם, מען נעמט ארויס א בליטשקעדיגע פלעסטיק קאטל, מען געבט עס א וויש אריין אינעם מאשין, און דער געשעפט באפרייט דיין ארדער, קענסט עס אהיים נעמען. עפעס א כישוף קארד, א געלט בוים.
אבער ניין, עס איז בכלל נישט אזוי גלאציג ווי עס זעט אויס, דער קליינער אומשולדיגער קארטל האט שוין אריינגעלייגט זייער אסאך מענטשן אין שווערע חובות, פון וואס זיי זעען נישט קיין וועג ארויס, זיי זענען באגייסטערט געווארן פון די רייצענדע בריוו פון די קרעדיט פירמעס, מען זאל נאר נוצן זייערע קארטלעך, און זיי וועלן געבן ריווארדס - מתנות פאר יעדן דאלער וואס מען געבט אויס. "וועסט קענען גיין אויף וואקאציע אומזיסט", שרייען זיי.
וויאזוי ארבעט עס? די פירמעס שאצן אפ די קאסטומערס ווי שטארק מען קען זיי געטרויען, און לויט דעם באשטימען זיי וויפיל "קרעדיט" (סכום וויפיל זיי מעגן בארגן) זיי געבן, נאכדעם שיקן זיי ארויס א קארטל מיט א נומער, יעדע קארטל האט אן אנדערע נומער, אזוי ווייסן זיי ווער עס נוצט עס, און ווען מען "באצאלט" דערמיט אין געשעפט, שיקט דער מאשינקע אריין צום פירמע, אז דער קארטל האט "געקויפט" פאר דער און דער סכום. און פאקטיש האט מען יעצט "געבארגט" דעם סכום פונעם קרעדיט קארד פירמע.
דערווייל איז נאך אלעס גלאנציג, ער קויפט אלעס וואס גלוסט זיך אים, און ער דארף נישט ארויסנעמען א פעני פון טאש. אבער אלעס קומט צו א האסטיגע אפשטעל סוף חודש ווען עס קומט אן דער ביל, דער חשבון, יעדע זאך וואס ער האט איינגעקויפט איז אויפגעשריבן פונקטליך וואו ער האט עס געקויפט, ווען ער האט עס געקויפט, און וויפיל געלט ער האט געבארגט, און אונטן איז דא א גרויסע נומער, א סך הכל, וויפיל געלט ער האט געבארגט דעם חודש. און אויב האט מען נישט צו באצאלן, "נישט קיין פראבלעם, פאר דעם זענען מיר דא", זאגן די "גוטהארציגע" קרעדיט פירמעס, "צאל יעצט וויפיל דו קענסט, אויף די איבעריגע חוב וועסטו באצאלן ריבית". דאס איז א ריזיגע נעץ וואס כאפט אריין טויזנטער מענטשן אין חובות. דאס איז אויסער די גרויסע ריזיקע אז מענטשן שפירן נישט ווי זיי געבן אויס געלט בשעת'ן קויפן, און מען קויפט זיך מער ווי מען קען זיך באמת ערלויבן, און דערנאך דארף מען באצאלן גרויסע אינטערעסט שטראפן פאר די פירמעס, וואס מאכן א לעבן אויף די אומשולדיגע מענטשן.
דער ראש ישיבה שליט"א בעט אלץ אז מען זאל זייער אכטונג געבן פון קרעדיט קארדס, ווייל דער רבי האט געזאגט אז מען דארף זייער אכטונג געבן פון חובות, חובות נעמט אוועק דער ישוב הדעת פון א מענטש, מען קען נישט לערנען, מען קען נישט דאווענען, און מען קען נישט פירן א שטוב. עס נעמט אוועק דער קאפ פונעם מענטש.
דערפאר דארף מען זיך זייער אכטונג געבן דערפון, און פרעגן אן ערליכער איד צי עס איז כדאי זיך אריינצולאזן אין דעם.
שיקט אריין א שאלה צו askgershon@gmail.com