וויאזוי דער אויבערשטער האט געהאלפן אז די בית הדפוס האט באקומען א שטייער עקזעמפשאן

כא שבט תשפ"ה 📝
דער בנין ווי דער בית הדפוס געפונט זיך פלעגט זיין א באס גאראדזש פאר די "ראלינג ווי באס קאמפעני", זיי האבן עס פארקויפט ווייל זיי זענען עס אויסגעוואקסן און זיי האבן געמופט אויף א גרעסערע פלאץ.
וויבאלד דער בנין איז אריבער פון א פריוואטע פירמע, און איז געווארן די אייגענטום פון די קהלה, זאגט דער ניו יארק סטעיט געזעץ אז זיי דארפן נישט צאלן קיין שטייערן, דער בנין האט געהאט א שטייער ביל פון פופצן טויזענט דאלער א יאר, און די הנהלת בית הדפוס האט אנגעפרעגט דעם חבר הנהלה מו"ה מנחם שטיינבערג ני"ו וויאזוי מען שיקט אן עקזעמפשאן אפליקעישאן, ער האט זיי געהאלפן און אנגעוויזן וואס צו טון, און אזוי האבן זיי טאקע געטון, און האבן עס געשיקט גענוג פרי.
די אסעסער אין ליבערטי איז זעט אויס נישט געווען צופרידן מען זאל אראפ נעמען אזא גרויסע ציפער פון די שטייערן, זי האט ארום געשפילט מיטן בית הדפוס און געזאגט אז אלעס איז מסודר, אבער די לעצטע מינוט איידער די שטייערן פאר די נייע יאר ווערן באשטימט, האט זי געזאגט אז מען באקומט נישט דעם פטור, זי האט גענוצט א נארישע אויסרייד אז מען האט געטוישט דעם באנוץ פונעם בנין פון א באס גאראדזש צו א דרוקעריי און מען דארף האבן פאר דעם א באשטעטיגונג פונעם פלענינג באורד. ר' מנחם פארציילט איז ער געגאנגען צו די בילדינג דעפארטמענט און געזאגט אז אויב וואלט מען געדארפט א פערמיט צו טוישן באנוץ פארוואס האט עטס עס נישט געזאגט ווען מען האט גענומען א פערמיט צו קענען ציען פרישע לעקטער פארן בית הדפוס. ר' מנחם, ר' שבתי און ר' מרדכי אהרן האבן גערעדט צו וועם מ'האט נאר געקענט מ'האט גערעדט צו די טאון באורד מעמבערס, און זיי האבן געזאגט אז זיי פארשטייען אויך אז דער בית הדפוס איז גערעכט, אבער וואס זאלן מיר טון אז די אסעסער פאלגט נישט, אלע האבן געזאגט אז לו יהא אפילו אויב מ'וואלט געדארפט גיין צום בילדינג דעפארטמעט צו מעגן טוישן די באנוץ וואלט מען זיי מערסטענס געקענט געבן א ווייאלעישאן, אבער דאס טוישט נישט די געזעץ אין ניו יארק סטעיט איז אז א שטח וואס געהערט פאר א קהלה איז פטור פון שטייערן.
ר' מנחם איז געגאנגען צום סופערווייזער, און דאן איז דער אסעסער ארויפגעקומען מיט א פרישע תירוץ, אז דער בית הדפוס איז א ביזנעס, א פרינטינג ביזנעס, און א ביזנעס איז נישט קיין קהלה וואס איז פטור פון שטייערן.מען האט אים געזאגט אז דאס איז נישט קיין פאר פראפיט ביזנעס, דא דרוקט מען אידישע זאכן און מען פארשפרייט עס פאר ביליגער פון קאסט פרייזן, און ווערט אויסגעהאלטן דורך נדבות. מ'האט זיי אריבערגערופן זיי זאלן עס קענען זען, זיי האבן געזען דעם גרויסן בית הדפוס, מ'האט זיי געוויסן די ספרים אויף אידיש, אויף ענגליש, מ'האט זיי געוויזן דעם שול ווי מ'דאווענט מנחה, און זיי האבן געזען אז אלעס איז בלויז א קהלה פרינטינג. אבער עס האט נאך אלץ נישט געהאלפן, דער סופערווייזער זאגט אז זי פאלגט נישט, און די טאון מוז צוקומען צו איר, מען קען איר נישט ארויסווארפן ווייל מען מוז האבן אן אסעסער, און מען האט נישט קיין ברירה מיט איר.
ר' מנחם זאגט אז ער האט אויפגעזוכט די געזעץ פון די סטעיט, און געזען אז עס שטייט דארט קלאר אז עס איז נישט די געשעפט פון די שטאט צו וויסן וואס א קהלה טוט אין זייער שטח. און אפילו אויב א קהלה האט ווען א געשעפט דארט צאלט מען נישט קיין שטייערן דערויף. אבער דער אסעסער פאלגט נישט. זי דרייט זיך ארויס אלע מיני נארישע תירצים.
ר' מנחם זאגט אז ער האט געבעטן דעם אויבערשטן זאל אים זאגן וואס צו טון, דא שטייט די הדפסה מיט א ביל פון פופצן טויזענט דאלער שטייערן, וואס זיי זענען הונדערט פראצענט לעגאל פטור פון צאלן, אבער מען טאפט א וואנט. ר' מנחם און ר' מרדכי אהרן האבן איין טאג באגעגענט דעם לאיער פונעם טאון, און זיי האבן אים געזאגט "ביסט דאך א לאיער, דו קעסנט דאך געזעץ, וואס איז די מעשה? פארוואס זאל מען נישט געבן פאר בית הדפוס וואס עס קומט זיך זיי?", דער לאיער האט זיי געזאגט, "עטס זענטס הונדערט פראצענט גערעכט, איך וועל רעדן צו איר."
דער אויבערשטער האט געהאלפן אז נאך יענעם מיטינג מיט'ן לאיער, האט זי אראפ גענומען דעם פראפערטי פון די שטייערן. ר' מנחם האט אים געפרעגט, "וויאזוי האסטו עס געמאכט, וואס האסטו איר געזאגט, אז זי האט דיר געפאלגט?", האט ער געזאגט, "איך האב איר קלאר געזאגט אויב דו נעמסט עס נישט אראפ, און זיי גייען קלאגן אין געריכט, וואלט איך אלס די לאיער פון די טאון עס געדארפט פארטיידיגן, אבער וויבאלד איך האב נישט מיט וואס עס צו בארעכטיגן, וועסטו זיך דארפן אליינס זוכן א לאיער. די טאון וועט זיך נישט אננעמען פאר דיר. ווייל דו טיסט אן אומלעגאלע זאך". דאס האט זי שוין נישט געוואלט הערן. און זי האט זיך געבראכן.
מען קען הערן א לענגערע באריכט איבער דעם פארציילט דורך ר' מנחם הי"ו אויף קול ברסלב, "הנהלה אפדעיטס" אפטיילונג.