וויאזוי וואקסט האר?
כז אייר תשפ"ה 📝
שאלה: וויאזוי וואקסט האר?
ענטפער: אויך אין אזא פשוטע שאלה "וויאזוי וואקסט האר?" קען מען טרעפן דעם אויבערשטן, און עצות וויאזוי צו קענען אנגיין אין לעבן אויך אין שווערע אומשטעדן.
די נושא איז פאסיג בפרט יעצט ווען מיר שטייען ממש איידער דעם הייליגן יום טוב שבועות ווען אלע אידן גיין זיך פריש שערן לכבוד יום טוב, נאכדעם וואס מען האט איינגעהאלטן ערליך די הלכות פון אבילות פון די ספירה טעג.
אויף אונזערע קעפ געפונען זיך אין דורכשניט איבער הונדערט טויזענט קליינע האר-ווארצלען וואס הייסטן "פאליקלען", יעדע פאליקל איז א פולקאמער האר פאבריק וואס פאבריצירט אונטער די הויט כסדר פרישע לעבעדיגע האר צעלן, און די פרישע האר צעלן שטופן ארויס די אלטע האר צעלן וואס "שטארבן אפ" איינמאל זיי געפונען זיך אינדרויסן.
די סיבה פארוואס מיר רופן עס "שטארבן" איז ווייל עס איז שוין בכלל נישט מחובר צום מענטש אויסער פיזיש צוגעקלעבט צו די נייע האר צעלן. דערפאר וועט מען נישט שפירן קיין ווייטאג ווען מען שערט אפ האר, אבער אויב מען וועט "ארויסרייסן" האר, וועט מען עס שוין איינמאל שפירן, ווייל דאן רירט מען צו צו די פרישע האר וואס "לעבט" און האט ווייטאג נערוון דערין.
דער אויבערשטער געבט פאר יעדעם אן אייגענארטיגע האר קאליר, טעסטור אין אויסזען, קיינער האט נישט די זעלבע האר פון א צווייטן, א זאך וואס די פאליציי נוצט פיל מאל ביי אויספארשונגען אויב טרעפט מען א האר אלס א באווייז אויפן פארברעכער.
די האר וואקסן אזוי שטאט אז עס אוממעגליך צו באמערקן ווי זיי וואקסן, אין דורכשניט וואסט עס צווישן א האלבע און איין מילימעטער א חודש, דאס מיינט אז כאטש עס קען נעמען עטליכע יאר אז די האר וואס וואקסט היינט ארויס זאל אנקומען אונטן די פיאות, וועלן זיי צום סוף אנקומען, א מענשט בכלליות איז אויך אזוי, אויב מען וואקסט שטייטעלעך וועט מען אנקומען זייער ווייט... ווי דער רבי האט אונז געלערענט "מעט גם כן טוב", אויב א מענטש פרובירט צו טאנצן גרויסע טרעפ אויף אמאל וועט ער זיך איבערדרייען און צוקלאפן, ענדערש גיין קליינע אבער כסדר'דיגע טרעפ און מען וועט אנקומען אסאך ווייטער.
מוהרא"ש פלעגט טיישטן די גמרא "הרבה עשו כרבי שמעון - ולא עלתה בידם", אויב מען וויל נאכמאכן דעם הייליגן רבי שמעון אינגאנצן, דאס קען מען נישט, ענדערש מאך נאך איין זאך, דאס וואס דו קענסט, פריי דיך מיט'ן הייליגן שבת, זיי מכבד דעם שבת אזוי ווי רבי שמעון, קענסט נישט לערנען צוועלף יאר אין א מערה ווי רבי שמעון? אבער קענסט זיצן ביי דיר אין דיינינג רום אין "זאגן" איין בלאט גמרא יעדן טאג, אין זיבן יאר ארום וועסטו מאכן א סיום הש"ס, פון פינף מינוט א טאג.