שאלה: איז עס אמת אז זייף מאכט מען פון פעטנס? אויב יא, וויאזוי קען זיין אז אנשטאט עס זאל פארשמירן די געשיר מיט אויל, רייניגט עס גאר אויף?
 
ענטפער: עס איז ריכטיג אז זייף ווערט געמאכט פון פעטנס, אבער עס ווערט געמישט מיט אנדערע מאטיריאלן ווי סאדיום היידראקסייד, וואס דאס פארוואנדעלט די פעטנס אין זייף.
די זייף באשטייען פון פיצעלע מאליקיולס (די קלענסטע שטיקל פון א מאטריאל) וואס האבן צוויי זייטן. איין זייט קלעבט צו וואסער, און די אנדערע זייט קלעבט צו אויל. ווען מען וואשט אפ אן אויליגן טעלער מיט וואסער וועט עס נישט רייניגן צוליב וואס אויל און וואסער אנטלויפן איינע פון צווייטן, און די וואסער וועט נישט מיטשלעפן די אויל מיט'ן שטראם, אבער זייף ארבעט אויף ביידע פראנטן, פון איין זייט קלעבט עס צו פעט און עס שלעפט מיט די שמוץ פונעם טעלער מיט זיך, און פון די אנדערע זייט וואשט זיך עס אפ און ווערט מיטגעשלעפט מיט'ן שטראם וואסער.
עס איז באקאנט אז שקר און אמת ווערן געגליכן צו אויל און וואסער וואס קען זיך נישט אויסמישן, אבער ווי מיר זעען דא זענען נישט אייביג קלאר די גרעניצן צווישן שקר און אמת. אסאך מאל קומט אריין אינעם מח א צומישעניש, פון איין זייט טראכט דער איד אז ער איז אן ערליכער איד און ער זוכט נאר צו טון דעם רצון ה', אבער פון די אנדערע זייט קוקט ער אן זיינע דורכפעלער, און ער הייבט אן צו טראכטן אז ער איז נישט אין ארדענונג.
רבי נתן זאגט אונז אז דער מענשט איז זיין רצון, וואס ווילסטו זיין? דאס ביסטו באמת, אבער דא קומט ווידער דער סמ"ך מ"ם אריין, איך זאג טאקע פאר'ן אויבערשטן "איך וויל זיין אן ערליכער איד, מיין הארץ גייט אויס פאר דיר רבונו של עולם, איך בעט דיך איך וויל דיך שפירן", אבער מיין איך עס אמת'דיג, עכט - זאגט אים דער סמ"ך מ"ם - ווילסטו שוואוילטאג, דו ווילסט א שיינע קאר, גוטע עסן, און מאכן א לעבן.
אבער דאס איז נישט ריכטיג, טיף אינעווייניג וויל יעדע איד זיין גוט, יעדע איד וויל זיין וואויל, און דאס וואס עס זעט נישט אלץ אויס אזוי קומט פון יאוש, נאך אזויפיל דורכפעלער מיינט ער אז ער קען שוין מער נישט אנהייבן. דערפאר איז זייער וויכטיג מיר זאלן לערנען כסדר די הייליגע בריוו, און הערן די זיסע שיעורים וואס וועט אונז כסדר מחזק זיין און דערמאנען אז מיר קענען יא שפירן דעם אויבערשטן, און זוכה זיין צו זיין אמת'ע ערליכע אידן, און אזוי וועט ארויסקומען דער אמת'ע רצון פון אונזער נשמה.
 
שיקט אריין א שאלה צו askgershon@gmail.com.