וויאזוי לעבט די עימיש געמיינדע אָן עלעקטעריציעט?
ט תמוז תשפ"ד 📝
שאלה: איז עס אמת אז די אמיש מענטשן נוצן בכלל נישט קיין עלעקטעריק? אויב יא, וויאזוי קענען זיי דאס באווייזן? יואליש
ענטפער: די אמיש (אדער עימיש ווי מען זאגט עס אין ענגליש) געמיינדע ברענגט ארויף וואונדער ביי פילע מענטש, א גרופע וואס וואוינען אפגעזונדערט פון די וועלט, נוצט נישט קיין מאדערענע כלים, און דערווייטערן זיך אפילו פון קארס און עלעקטעריציטעט.
דער אמת איז אז די אמישע מענטשן פארמאגן טאקע נישט קיין עלעקטערישע אפאראטן אין זייערע היימען. אבער כאטש זיי פארמאגן נישט קיין עלעקטעריציטעט אין זייערע הייזער, קען מען נישט זאגן אויף זיי אז זיי לעבן אן עלעקטעריציטעט. ווייל כאטש זיי שניידן נישט זייערע העלצער מיט עלעקטערישע זעגן, קויפן זיי עס פון די געשעפטן אין די דערנעבנדיגע שטעטלעך וואס אפערירן געהעריג לויט די היינטיגע טעכנאליגע. אזוי איז אלעס וואס זיי פארמאגן, זיי מאכן נישט אליינס זייערע פענסטער ווי אמאליגע צייטן, גאר אסאך פון זייערע זאכן וואס זיי נוצן טאג טעגיך איז פראדוצירט דירעקט אדער אומדירעקט מיט עלעקטעריציטעט און מיט קאמפיוטערעזירטע כלים.
דער געדאנק אז אפילו עלעקטעריציטעט גייט שוין אן פאר איבער הונדערט יאר, קען מען נאך לעבן אן דעם איז אן איינרעדעניש, דערמאנט אונז א שיחה פון הייליגן רבי'ן וואס אסאך האבן א קשיא זיך דערויף, דער הייליגער רבי נתן שרייבט אין חיי מוהר"ן סימן רצ"ט, "פעם אחת דיבר עמי מענין שאי אפשר להיות איש כשר באמת, כי אם כשמתקרבין להצדיק האמת שבדור, ענה ואמר, קודם שנמצא הצדיק האמת בעולם, יכולים להתקרב להשם יבתרך מעצמו, אבל אחר שכבר נמצא הצדיק האמת בעולם, אי אפשר להתקרב להשם יתברך באמת בשום אופן, כי אם כשזוכין להתקרב אליו", וואס עס קומט ארויס פון דעם שיחה איז, אז איינמאל דער הייליגער רבי'ס נשמה איז אראפ געקומען אויף דער וועלט, מוז מען צוקומען צו אים כדי צו זיין אן אמת'ער ערליכער איד.
מאנכע וואונדערן זיך, זיי זעען אז עס זענען דא ערליכע אידן וואס זענען נישט קיין ברלסבע? א שטארקע קשיא, נישט אזוי? אבער דער אמת איז אז וואו אויף דער וועלט עס איז דא התחזקות היינטיגע צייטן, קומט עס דירעקט אדער אומדירעקט פון הייליגן רבין, די פילע משפיעים וואס דערווארימען אידישע קינדער היינט, האבן א שטארקע קשר מיט'ן הייליגן רבין, פילע לערנען דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, אדער זענען תלמידים פון רבי'ס וואס האבן געלערענט דעם הייליגן רבינ'ס ספרים.
איינמאל דער רבי איז אראפ געקומען אויף דער וועלט האט זיין נשמה געברענגט רוחניות'דיגע עלעקטעריציטעט אויף דער וועלט. עס איז א שאד זאלסט גיין קויפן דיין האלץ ביים דערנעבענדיגן לאמבער, ווען די עלעקטעריציטעט איז אוועיליבל ביי דיר אין שטוב. מיר דארפן נישט לעבן ווי די אמישע, רוף אן דיין עלעקטעריק פירמע, גיי אריין צו שאפ ברסלב און צי אריין די לעכטיגקייט פון הייליגן רבין צו דיר אין שטוב, וועט דיר גוט זיין בזה ובבא.
איר קענט אריינשיקן א פראגע צו askgershon@gmail.com