שאלה:
עס איז מיר זייער אינטרעסאנט ווי אזוי מען נייעט תכריכים, ווייל ווי איך פארשטיי איז תכריכים א שטיקל פלאַקס סחורה (פשתן), וואס מען וויקלט ארום דעם נפטר. אבער פון דער צווייטער זייט הער איך אז עס זענען דא פרויען וואס נייען תכריכים, איז וואס איז דא צו נייען, אויב עס איז סתם א שטיקל סחורה?
א ליינער פון ירושלים עיר הקודש
 
ענטפער:
די גמרא (מועד קטן כ"ז ע"ב) זאגט "בראשונה היתה הוצאת המת קשה לקרוביו יותר ממיתתו עד שהיו קרוביו מניחין אותו ובורחין עד שבא רבן גמליאל ונהג קלות ראש בעצמו ויצא בכלי פשתן ונהגו העם אחריו לצאת בכלי פשתן אמר רב פפא והאידנא נהוג עלמא אפילו בצרדא בר זוזא", אמאל פלעגן די הוצאות פון באערדיגן דעם נפטר זיין אזוי גרויס, די קאנקורענץ צו ווייזן ווי שטארק עס טוט וויי דער נפטר האט צוגעברענגט אז יעדער האט געמוזט איבערשטייגן מיט מער און מער טייערע תכריכים, ביז עס איז געקומען צו א מצב אז די הוצאות צו באערדיגן האבן ממש פאר'חוב'סט אידן און עס איז שוין געווארן א גרעסערע צרה, ווי דאס וואס איינער איז ליידער נפטר געווארן, דער הייליגער תנא רבן גמליאל האט רחמנות געהאט אויף זיין דור, און האט באפוילן מען זאל אים באערדיגן מיט פשוטע ביליגע קליידער פון "פלאַקס", און דער ביישפיל האט גורם געווען אז אלע זאלן אים נאכמאכן, און עס האט זיך אויפגעהערט דער נארישער קאנקורענץ, און יעדער האט אנגעהויבן צו באערדיגן מיט פלאַקס תכריכים. די גמרא ענדיגט צו אז רב פפא האט געזאגט אז היינט איז שוין אזוי ביליג צו קויפן תכריכים, אז עס קאסט נישט מער פון איין זוז. (היינט געשאצט צו זיין ווערט צווישן פינף און צען דאלער.)
 
ווי מיר לעבן היינט, זעט אויס אז תכריכים איז שוין געווארן צוריק זייער טייער, היינט איז דא א גרויסע קאמפעטישן צווישן מענטשן וואס לעבן נעבעך נישט, (זיי גייען טאקע ארום, זיי אטעמען אקסיגען - אָן קיין רעספירעיטאר) יעדער וויל ווייזן אז ער האט שענערע תכריכים פונעם צווייטן. היינט קען מען קויפן גאר שיינע "תכריכים", פאר פסח, פארקויפן די "מענ'ס קלאודינג סטארס" גאר שיינע תכריכים מיט הערליכע דיזיינס, היינט גייען אסאך מענטשן ארום מיט "פעשאן" בעקיטשעס, טרי-די דיזיינס, גליטער דיזיינס, ברייטע גארטלעך אדער שמאלע גארטלעך, גארטלעך מיט אדער אָן קנעפלעך... מען קען אפילו קויפן תכריכים מיט אלע קאלירן...
 
דאס איז אבער נאר אויב א מענטש לעבט נישט מיט'ן אייבערשטן, ער פארגעסט אז דער אייבערשטער איז דא מיט אים און ער קען רעדן צו אים, ער איז נעבעך א "געשטארבענע" מענטש וואס זעט אויס ווי לעבעדיג... דער הייליגער רבי לערנט אונז אויס אז פסח מיינט "פה סח", מיין מויל רעדט צום אויבערשטן, דאס קען מאכן תחיית המתים, און מען קען בלייבן מיט די שיינע בעקיטשע, אבער ווען מען לייגסט צו אביסל אמונה, און מען הייבט אן רעדן צום אייבערשטן וועט מען ממש פריש אויפשטיין תחיית המתים.
 
למעשה איז תכריכים נישט קיין פשוטע שטיקל סחורה, עס איז טאקע זייער פשוט, אבער מען נייעט עס אויף, עס באשטייט צווישן אנדערע פון א העמד, הויזן, א קאפ צודעק, א גארטל און נאך. אמאל פלעגן זיין ערליכע אידישע פרויען וואס פלעגן זיך פרייען צו האבן די זכיה צו נעמען א חלק אין דער מצוה פון "חסד של אמת" א חסד וואס מען טוט מיט א נפטר, אָן דעם וואס מען זאל אפילו קענען צוריק באקומען א "ישר כח" פון אים.