וויאזוי ספעיס שיפן פארן
כב שבט תשפ"ו 📝
שאלה
יא, גוטן. איך האב געזען וואס איר האט געשריבן איבער סעטעלייטס, עס איז געווען זייער אינטערעסאנט. איך האב א שאלה ספעציפיש איבער סאטעליטן, און בכלל איבער אלע זאכן וואס פליען ארום אין די "ספעיס" (חלל).
דא ביי אונז אויף דער וועלט פארשטייען מיר וויאזוי זאכן רוקן זיך. א קאר פארט דורך דעם כח פון די עקספלאזשענס אינעם ענדזשין, דאס דרייט די רעדער, און די גרעוויטי האלט די קאר אויף דער ערד. אן עראפלאן האלט זיך אויף די פליגלען, און דער ענדזשין שטופט עס פאראויס.
אבער וויאזוי קען זיך א סאטעליט רירן און דרייען אין ספעיס, דארט ווי עס איז נישטא קיין לופט?
יישר כח,
א. ליינער
תשובה
דאס איז טאקע א זייער גוטע שאלה. דער סיבה פארוואס עס איז אונז שווער צו באגרייפן וויאזוי דאס ארבעט, איז ווייל מיר לעבן דא אין אן אטמאספערע וואס איז פול מיט לופט, און מיר האבן נאך קיינמאל נישט געהאט קיין לופטלאזע עקספיריענס דא אויף אונזער וועלטל.
בקיצור איז דער תירוץ: מען דארף נישט קיין לופט כדי זיך צו קענען רירן. יעדע פעולה וואס שטופט, שטופט אין ביידע ריכטונגען.
עס מאכט זיך אפט ווען א מענטש טרעפט א צדיק און ער פרישט זיך אויף צו דינען דעם אויבערשטן, קען צומאל פאסירן אז ער שפירט ווי ער פאלט צוריק, און ער פארשטייט נישט וואס דא גייט פאר. קודם האט מען געשפירט א געוואלדיגע קרבת אלוקים, מ'הויבט אן צו שפירן דעם אויבערשטן, אבער פלוצלינג פילט מען זיך אינגאנצן "אויסגעלאשן". א מענטש קען ווערן זייער צומישט פון אזא מצב.
דער הייליגער רבי שרייבט דערוועגן אין ליקוטי מוהר"ן, אין א קליינע תורה, תורה רס"א: "כְּשֶׁנּוֹפֵל אָדָם מִמַּדְרֵגָתוֹ, יֵדַע שֶׁמִּן הַשָּׁמַיִם הוּא, כִּי הִתְרַחֲקוּת – תְּחִלַּת הִתְקָרְבוּת, עַל־כֵּן נָפַל, שֶׁיִּתְעוֹרֵר יוֹתֵר לְהִתְקָרֵב לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ. וַעֲצָתוֹ – שֶׁיַּתְחִיל מֵחָדָשׁ לִכָּנֵס בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם, כְּאִלּוּ לֹא הִתְחִיל עֲדַיִן כְּלָל מֵעוֹלָם. וְזֶה כְּלָל גָּדוֹל בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם, שֶׁצְּרִיכִין מַמָּשׁ בְּכָל יוֹם לְהַתְחִיל מֵחָדָשׁ". ווען א מענטש שפירט אז ער פאלט חלילה, זאל ער וויסן אז דאס קומט אויך פונעם באשעפער. ווייל טאקע די דערווייטערונג ברענגט אים נענטער, און דאס איז די גאנצע סיבה פארוואס ער איז אראפגעפאלן, כדי עס זאל אים אויפוועקן צוריקצוקומען צום אייבערשטן, און אויפפרישן זיין עבודת השם כאילו ער הייבט יעצט אן דינען דעם באשעפער צום ערשטן מאל. ווייל דאס איז א גרויסער יסוד אין עבודת השם, אז מ'מוז באמת אנהייבן יעדן איינציגן טאג פון פריש.
אין די גשמיות'דיגע וועלט זעט מען אויך ענליך צו דעם: ווען מ'שטופט א זאך פאראויס, שטופט מען זיך אליינס צוריקצווועגס. מ'קען דאס זען זייער קלאר ביים גיין; מ'קען נאר מאכן א טריט פאראויס דורך דעם וואס מ'שטופט דעם פוס צוריקצווועגס. אזוי האט דער אויבערשטער באשאפן די וועלט.
א סאטעליט אדער א ראקעט פונקציאנירט אינגאנצן אנדערש ווי א פליגער. ער שטופט נישט קיין לופט; ער פארמאגט קליינע מאטארן וואס פארברענען ברענשטאף. ווען מען וויל א ספעיס-שיף זאל זיך רוקן צו א געוויסע ריכטונג, צינדט מען אן דעם מאטאר פונעם "טראסטער", וואס דאס שטופט ארויס גאזן אויף די פונקט פארקערטע זייט פון וואו מען וויל עס שטופן.
דאס זעלבע איז ווען מען וויל זיך אויסדרייען אדער טוישן די ריכטונג: מען צינדט אן דעם מאטאר פון די פארקערטע זייט פון דעם געווינטשענעם דריי. אבער דארט אין "ספעיס" זענען דא נאך זאכן וואס זענען אנדערש ווי דא ביי אונז. דא, ווען מען שטופט אדער מען דרייט עפעס און מען הערט אויף, וועט עס ביסלעכווייז פארלירן דעם שוואונג און זיך צוביסלעך אפשטעלן. אין ספעיס אבער, וועט עס אנהאלטן דעם זעלבן גאנג און ווייטער פארן אדער זיך דרייען אן אויפהער, ביז ווילאנג מען טוט נישט עפעס א פעולה עס אפצושטעלן.
דאס ברענגט אונז צו נאך א נקודה למחשבה: דא ביי אונז אויף די גשמיות'דיגע וועלט, דארפן מיר כסדר באקומען פרישע "גאז" און א פרישן "שטופ". מיר דארפן האבן א צדיק און גוטע חברים וואס זאלן אונז שטענדיג דערמאנען מה חובתינו בעולמנו, און נאר אזוי קענען מיר זיך האלטן און פארן ווייטער אינעם ריכטיגן וועג בסייעתא דשמיא.