וויאזוי קען מען וואקסן הויך?
ז אב תשפ"ו 📝
שאלה:
א גוטן ר' גרשון,
אסאך מאל סטרעטש איך מיך, און איך טראכט אז עס העלפט מיר וואקסן, איז דאס ריכטיג?
נתן ק.
ענטפער:
א גוטן טייערער נתן.
דו זעסט מיר אויס צו זיין א קינד וואס וויל פארשטיין צי דאס וואס מען "סטרעטשט" זיך ווען מען איז מיד, קען מאכן אז די ביינער זאלן זיך אויסציען און מען זאל ווערן פיזיש העכער.
דאס איז א זייער אינטערעסאנטע שאלה וואס אסאך קינדער טראכטן. דער קורצער ענטפער דערויף איז: ניין. זיך אויסציען אדער "סטרעטשן" די מוסקלען העלפט נישט א מענטש צו וואקסן.
דער אויבערשטער האט שוין באשטימט אונזער הויך און עס אפגעשריבן אינעם "גענעטיקס" בוך וואס ליגט שוין אין יעדן צעל פון די מינוט וואס מיר ווערן געבוירן. עס איז נישט אלעס – עס איז וויכטיג צו פירן א געזונטע לעבנסשטייגער, עסן געזונט, און שלאפן גענוג אין די יונגע יארן כדי מען זאל קענען וואקסן. אבער די ביינער וואקסן נאר ביז מען ווערט ערוואקסן, און וויפיל מען זאל זיך נאר נישט "סטרעטשן", קען מען די ביינער נישט אויסציען און מען קען בדרך הטבע נישט טוישן די הויך פון א מענטש.
דאס איז די "נאטור", אבער עס זענען דא זאכן וואס זענען שטארקער פון דער טבע, למשל תפילה. דער אויבערשטער קען דאך אלעס.
דער ראש ישיבה שליט"א פארציילט אונז א וואונדערליכע מעשה: עס איז געווען א הייליגער צדיק, הרה"ק ר' הערש לייב אליקער זי"ע. ווען ער איז נאך געווען יונג, איז ער געווען זייער א קליינטשיגער און נידעריג געוואקסן. איין נאכט ליגנדיג אין בעט, האט ער זיך אונטערגעהערט ווי זיינע עלטערן שמועסן צווישן זיך מיט גרויס זארג און טרויער: "וואס וועט זיין מיט אונזער טייערן הערש לייב? וויאזוי וועט מען קענען טרעפן פאר אים א פאסיגע שידוך? ער איז דאך אזוי קליין און נידעריג, ווער וועט זיך וועלן משדך זיין מיט אים?"
ווען ער האט דאס געהערט, האט ער אנגעהויבן בעטן און וויינען צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, דו פירסט דאך די גאנצע וועלט, דו מאכסט די ביימער וואקסן; איז דען דא א חילוק ביי דיר צי א בוים וואקסט אדער א מענטש וואקסט? העלף מיר אייבערשטער איך זאל וואקסן!" אינדערפרי האט מען געזען אז ער איז טאקע געוואקסן מיט א קאפ העכער.
מען האט אנגעהויבן רעדן שידוכים פאר אים, ביז ער איז ברוך ה' א חתן געווארן. דער מחותן איז געווען זייער פרייליך מיט זיין נייעם חתן, האט ער אים געשיקט א שיינעם און טייערן גאלדענעם זייגער. דער צדיק האט אבער נישט אזוי אכטונג געגעבן אויף זיינע חפצים, ער איז געווען אינגאנצן אריינגעטון אין תורה ותפילה, און ער האט פארלוירן דעם זייגער.
איין נאכט הערט ער ווי זיין טאטע-מאמע שמועסן צווישן זיך: "וואס וועט דא זיין? באלד וועט דער מחותן געוואויר ווערן אז אונזער הערש לייב איז א שלימזל; ער האט פארלוירן דעם טייערן זייגער, אפשר וועט ער אפלאזן דעם שידוך!" ווען ער האט דאס געהערט, האט ער ארויפגעצויגן דעם דעק איבערן קאפ און אנגעהויבן רעדן צום אייבערשטן און בעטן: "הייליגער באשעפער, דו ביסט דאך אזוי גרויס, דו מאכסט א בוים וואקסן, דו האסט געמאכט אז איך זאל וואקסן, העלף מיר איך זאל טרעפן דעם זייגער", און אינדערפרי האט ער טאקע געפונען דעם זייגער!
נאך א וועג וויאזוי צו ווערן הויך איז דורך שמחה. ווען א מענטש איז אנגעזעצט גייט ער איינגעבויגן און ער זעט אויס נידעריג, אבער ווען א מענטש איז פרייליך גייט ער מיט א גראדן רוקן און ער זעט אויס אסאך העכער.
מוהרא"ש פלעגט דערציילן אז דער הייליגער צדיק, דער בעל "באר מים חיים" זכותו יגן עלינו, איז געווען זייער פרייליך שבת און ער האט געטאנצן א גאנצן שבת. עס האט אויסגעזען ווי ער איז מיט א קאפ העכער צוליב דעם וואס ער איז געווען טאנצעדיג א גאנצן שבת, און אזוי פירן זיך אנשי שלומינו אז מען טאנצט שבת.
אבער פשוט זיך אויסצוציען די ביינער איז אויך א גוטע זאך. ווען מען שפירט זיך מיד אדער מען זיצט שוין א לאנגע צייט אין חדר, קענען די מוסקלען ווערן אביסל צוזאמגעצויגן. דאס אויסציען די ביינער קען העלפן זיך אויפרישן; עס פארבעסערט די בלוט צירקולאציע און הייבט דעם מענטש'ס שטימונג. אויך ווען א מענטש גייט נישט אראפגעבויגן זעט ער אויס העכער, כאטש ער איז נישט באמת געוואקסן.
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.