שאלה:
 
א גוטן ר' גרשון, איך בין א בחור וואס לערנט אין ישיבה. איך האב זיך איינגעקויפט אן אייגענעם טאפ און איך האב זיך צוגעגרייט א פיינעם, געשמאקן טשולנט לכבוד ליל שישי. פארשטייט זיך אליין אז נאכ'ן עסן איז דער טאפ געבליבן שמוציג; איך האב עס אפגעלייגט אויף שפעטער, און דערנאך אויף מארגן... אלע מיינע חברים האבן זיך מחיה געווען מיט'ן טשולנט, און איך האב געהאפט אז זיי וועלן כאטש צולייגן א האנט עס צו העלפן רייניגן. למעשה טרעף איך זיך א וואך שפעטער מיט א טאפ פול מיט פארקלעבטע, הארטע און איינגעגעסענע שמוץ וואס וויל בשום אופן נישט אראפגיין. וואס קען איך טון?
 
א בחור אין ישיבה
 
אן ענטפער פון גרשון קרעמער:
 
טייערער ישיבה בחור, דו זוכסט אן עצה פאר א שמוציגן טאפ? אין יעדע שטוב מאכט זיך אמאל אז מ'פארזעט א טאפ, אדער אז דער טשולנט ברענט צו, און דאס עסן ווערט הארט און קלעבט זיך צו צום טאפ. אויב וועסטו פרעגן דיין מאמע, וועט זי דיר זאגן אז די עצה דערצו איז "סטיל-וואול" (Steel Wool). דאס איז א ספאנדזש געמאכט פון אייזן; מ'מאכט עס נאס מיט וואסער און זייף, און כאטש דו וועסט טאקע דארפן אביסל רייבן און קראצן, וועט עס אבער בעז"ה נישט נעמען לאנג און עס וועט אראפנעמען די שווערסטע און שטארקסטע שמוץ. איין הערה: ביי א "נאן-סטיק" (Non-stick) טאפ לוינט זיך עס נישט צו טון, ווייל עס וועט אפקראצן די גאנצע אויבערשטע שיכט, וואס וועט מאכן אז דער טאפ זאל ווערן ווי א געווענליכע קלעבעדיגע טאפ.
 
דאס איז פונקט דאס וואס דער ראש ישיבה חזר'ט אונז כסדר איבער. יארן גייען אדורך אויף א מענטש, ער וויל באמת זיין גוט און ערליך, אבער דער יצר הרע זאגט אים: "מארגן וועסטו אנהייבן". ער וויל למשל אנהייבן מעביר סדרה זיין, אבער דער ס"מ זאגט אים: "נע, מ'האלט שוין יעצט ביי פרשת וירא אדער חיי שרה, וועסטו שוין אנהייבן קומענדיגע יאר שמחת תורה". אבער אן תורה קען מען דעם יצר הרע נישט באזיגן, אזוי ווי חז"ל זאגן (קידושין ל' ע"ב): "בראתי יצר הרע, בראתי לו תורה תבלין". א מענטש דערזעט זיך אמאל מיט אזעלכע עבירות און פלעקן אז ער קען זיך נישט ארויסדרייען, ער פילט ממש צוגעקלעבט צו זיינע תאוות. וואס איז די עצה? וואס איז דער רוחניות'דיגער "סטילוואל" פאר זיין נשמה? די עצה איז משניות. משניות האט אזא כח אז עס רייניגט אפילו ווען א מענטש איז פארשמירט מיט די ערגסטע עבירות, אפילו ער איז שוין נעבעך צוגעוואוינט צו זיינע שלעכטע זאכן. מוהרא"ש פלעגט זאגן אז "משנה" איז די אותיות "נשמה" – דאס וועט דיר אפוואשן פון יעדן פלעק און דיר איבערלאזן פריש און ריין.
 
איך האף אז דער טשולנט האט דיך טאקע זאט געמאכט... בפרט אז דו האסט זיך שוין צוקריגט מיט דיינע חברים; יעדער האט געגעסן און קיינער האט נישט געוואלט אפוואשן. ס'איז א שאד זיך צו עסן דאס הארץ דערויף, א טאפ קען מען אפרייבן אין צען מינוט...
 
אויב דו ווילסט באמת ווערן זאט, כאפ אריין שיעורים כסדרן: מקרא, משנה, גמרא און הלכה. אויסער די שיעורי הישיבה, מאך דיר קביעות'דיגע שיעורים אין זאגן גמרא; דאס וועט דיך מאכן פיל מער זאט ווי דער טשולנט וואס איז שוין לאנג קאליע געווארן.
 
א ליכטיגן און פרייליכן תמיד!
 
וזרקתי עליכם מים טהורים וטהרתם!
 
האסט א שאלה? שרייב צו askgershon@gmail.com אדער רופט/טעקסט צו 845-445-7447