ווייטערדיגע באריכט פון אומאן - דער וועג, און יום טוב
יג תשרי תשפ"ה 📝
טראץ וואס עס איז שוין דורך יום הקודש, וועלן מיר אויפן פארלאנג פון פילע ליינער וועלן מיר איבערגעבן א מער דעטאלירטער באריכט וויאזוי עס איז דורגכגעגאגען דעם פארגאנענעם ראש השנה אין אומאן.
אזוי ווי דער ראש ישיבה שליט"א האט באשריבן באריכות א הערליכע באריכט פונעם נסיעה אין די עצתו אמונה פון סוכות, וועלן מיר איבערגעבן דאס ווארט פאר'ן ראש ישיבה שליט"א, און ארויסנעמען פון דארט א תמצית פונעם בריוו.
דער ראש ישיבה שרייבט אז צוליב דעם וואס די עבודה אין אומאן איז אים גאר שווער, ווייל פון זכור ברית נעמט ער אויף מענטשן, דער ראש ישיבה שליט"א דאווענט די תפילות, בלאזט שופר, געבט דרשות, האט ער באשלאסן צו פארן פריער, ער זאל זיך קענען אויסרוען כאטש איין נאכט פריער נאך די לאנגע שווערע נסיעה.
דער ראש ישיבה שליט"א איז ארויסגעפארן דאנערשטאג נצבים וילך מיט זיינע קינדער, און נאך עטליכע פון אנשי שלומינו וואס העלפן אנגרייטן די סעודות און דער בנין פאר אנשי שלומינו אין אומאן מו"ה העניך אינדיג הי"ו, מו"ה יחזקאל סאמעט הי"ו, מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו, מו"ה משה איינהארן הי"ו, מו"ה לייבי אפעל הי"ו, מו"ה אברהם אלי' פריעדריך הי"ו און נאך עטליכע בחורים.
דער ראש ישיבה איז אנגעקומען פרייטאג נאכמיטאג קיין ליזענסק, און אויף די הוראה פון זיין טאטן דער קארלסבורגער רב שליט"א האט מען געדאווענט מנחה קבלת שבת ביים ציון פון הייליגן רבי רבי אלימלך זי"ע, דער ראש ישיבה לייגט אראפ אינעם בריוו די גרויסע שמחה וואס האט געהערשט ביים הייליגן ציון, ווען מען ווייסט די גרויסע כח פון די צדיקים.
דער ראש ישיבה שליט"א פארציילט ווי ער האט אסאך געבעטן דעם אויבערשטן ביים ציון אז זיין הארץ זאל זיך עפענען און ער זאל ווערן פרייליך, און ווי דער אויבערשטער האט געהאלפן און ער האט אגעהויבן צו שפירן א געוואלדיגע שמחה.
שבת אינדערפרי איז געווען אזוי שיין צו זען ווי אנשי שלומינו זיצן יעדער פאר זיך און לערענען זייערע שיעורים יעדער פאר זיך מיט זיין זעקל ספרים, מען האט געדאווענט און געליינט אין די תורה וואס מען האט מיטגעברענגט פאר אומאן.
מוצאי שבת קודש נאך הבדלה האט מען זיך ארויסגעלאזט מיט א באס פאר לאנגע שעות, ביים גרעניץ איז מען געווארן אויפגעהאלטן פאר צוויי שעה, אויפן וועג האט מען זיך געוואשן צו מלוה מלכה און געזינגען זמירות.
דער ראש ישיבה שליט"א האט זייער געוואלט אנקומען קיין מעזיבוז ביים הייליגן בעל שם טוב נאך איידערן עלות השחר צו זאגן סליחות, אבער צוליב וואס די וועג האט זיך פארשלעפט האט מען געזאגט סליחות אויפן באס מיט גרויס התעוררות.
מען איז אנגעקומען קיין מעזיבוז אביסל פארן נץ, דער ראש ישיבה שליט"א האט זיך תיכף געשטעלט דאווענען ותיקין, נאכן דאווענען און מעביר סדרה זיין איז מען אריבער צום הייליגן ציון ווי מען האט זיך גוט אויסגעבעטן ביים אויבערשטן.
זייער אסאך בחורים זענען צוגעקומען צום ראש ישיבה דארט און אים באדאנקט פאר די שיעורים און ספרים, איין בחור האט געזאגט פאר'ן ראש ישיבה אז ער דארף אן עצה, ער פלעגט זיך מחי' זיין מיט'ן סדר דרך הלימוד, (כמבואר בשיחת הר"ן סימן ע"ו) וואס ער האט געהערט פון די שיעורים, ער האט אנגעהויבן צו לעבן, דורכ'ן זאגן אסאך משניות, ער איז ארויסגעקראכן פון זיינע עבירות, ביז זיין ראש ישיבה האט אים 'אויפגעקלערט' אז די ברסלבע זקנים זאגן אז דאס איז נישט דעם רבי'ן זאך און דאס איז נאר פאר שוואכע, און יעצט אז ער האט אפגעלאזט דעם סדר דרך הלימוד איז ער נעבעך צוריק געפאלן ווי ער איז, דער ראש ישיבה האט אים געזאגט ער זאל זאגן פאר זיין משפיע "שכח פארן מיך אפשניידן מיין חיות, שכח פארן מיך צונעמען מיין לעבן".
דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט אז עס האט אים זייער וויי געטון און האט זיך דאן אונטערגענומען מער צו רעדן קעגן די לצים און קעגן די זקנים וואס שניידן אפ מענטשן פון זייער חיות, און ער האט זיך דערמאנט א דיבור וואס מוהרא"ש האט אים געזאגט "אויב דו וועסט נישט רעדן קעגן די לצים, איז דיין ארבעט אומזיסט, ווייל איין לץ קען אוועקנעמען הונדער דרשות".
דערנאך איז מען געפארן קיין ברסלב צום הייליגן רבי נתן, ווי דער ראש ישיבה שרייבט אז ער האט דארט געהאט א גרויסע התעוררות.
ווען מען איז אנגעקומען קיין אומאן אויסגעמאטערט האבן די פאליציי געהייסן אויספאקן אלע פעקלעך, און מען האט זיך אנגעהויבן צו קריגן מיט די פאליציי, אבער ווען מען האט געזען אז מען האט נישט קיין ברירה האט מען אויסגעמוטשעטערהייט ארויסגענומען די פעקלעך און אריבערגעפירט דעם מאשין, און געזונגען מיט גרויס שמחה "אומאן אומאן ראש השנה, אשרינו מה טוב חלקינו".
תיכף ווען מען איז אנגעקומען האבן זיך די געטרייע אינגעלייט גענומען צו די ארבעט אנגרייטן קאכן בלי שום תשלום גמול נאר צו העלפן דעם הייליגן רבי'ן אז מענטשן זאלן קענען קומען.
מאנטאג אינדערפרי איז דער ראש ישיבה שליט"א געפארן ערלעדיגן לעגאלע פאפירן אין באנק, ווען בשעת'ן ווארטן איז מען זיך מחי' מיט'ן סדר דרך הלימוד. פון באנק איז מען געפארן צום ציון, די פאליציי האבן פארלאנגט פערציג דאלער שטייער, און דער ראש ישיבה איז אריין צום ציון מיט א געוואלדיגע שמחה, דער ראש ישיבה שליט"א האט אסאך גערעדט צום אויבערשטן און געזאגט דעם תיקון הכללי און דער תפלה פון רבי נתן און דעם יום תהלים.
דינסטאג האבן שוין רוב עולם אנגעהויבן אנצוקומען עס איז געווען א געוואלדיגע שמחה ווען אנשי שלומינו מארבע כנפות הארץ האבן זיך געטראפן ביים רבין, נאכמיטאג האט דער ראש ישיבה פארגעלערענט דער בלאט גמרא, און דערנאך האט מען גערעדט פון די גרויסקייט פון קומען צום רבין ראש השנה, און איבער דעם אז מען זאל אויסנוצן די טעג אין אומאן און נישט ווארטן אויפ געפילן.
דער רבי און מפיץ פון ירושלים הר"ר שמעון עוזר שליט"א האט געמאכט א וואך נאכט אין אומאן, ער האט געמאכט א שליח הגה"צ רבי משה בראנדסדארפער שליט"א פאר'ן ברית.
מען האט געזאגט סליחות זכור ברית ביי חצות, דער ראש ישיבה שרייבט אז ער ווי עס טוישן קומענדיגעס יאר אז מען זאל זאגן סליחות פארטאגס מכמה טעמים, און נאכדעם זאל מען דאווענען ותיקין און דערנאך זאל זיין פדיון נפש.
צו מנחה ערב ראש השנה איז דער ראש ישיבה שליט"א צוגעגאנגען און צו מעריב איז געווען דער בעל תפלה הר"ר אברהם הערש וועבערמאן שליט"א.
מען האט נישט מאריך געווען מיט די סעודה און מען האט זיך געלייגט פרי כדי צו קענען אויפשטיין פארטאגס, דער ראש ישיבה שליט"א איז שוין אויפגעשטאנען פיר דרייסיג, און אויף פינף אזייגער האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערענט גמרא פאר א פולע עס זאל פון אינגעלייט וואס האבן שוין געהאלטן נאך די מקוה. זעקס אזייגער איז מען אינאיינעם געגאנגען צום ציון ווי מען האט זיך מתבודד געווען און געזאגט דעם תיקון הכללי. אום אכט אזייגער האט מען געדאווענט שחרית.
די תפילות זענען אריבער מיט גרויס התעוררות, און פאר די תקיעות האט דער ראש ישיבה אויפגעטרעטן מיט הארציגע ווערטער און געבעטן מען זאל זיך נישט האלטן קליין און טראכטן וואס מאכט מיינע תפילות אויס, ענדערש זאל מען זיך האלטן קליין ווען עס קומט צו בויען א הויז אדער קויפן א קאר, דעמאלטס זאל מען טראכן וואס פעלט אויס די אלע טייערער זאכן איך בין דאך א חוטא ופושע, אבער ווען מען רעדט צום אויבערשטן און מען בעט זיך אויס טאר מען נישט זיין קיין עניו.
נאך די סעודה איז מען אריבער א וועג פון צוואנציג מינוט צו תשליך, דערנאך האט מען געטאנצט "אשרינו שזכינו להתקרב לרבינו".
נאך מנחה האט דער ראש ישיבה געזאגט א דרשה און גערעדט איבער די גרויסקייט פון זיין ביים רבין אויף ראש השנה, און איבער טון וואס דער רבי וויל - מיר זאלן זיך מתבודד זיין יעדן טאג, בעטן און בעטן אפילו נאר אפאר מינוט.
דער צווייטער טאג איז דער ראש ישיבה אויפגעשטאנען פארקילט אן קיין קיין, דער ראש ישיבה האט געזאגט פאר הר"ר אברהם הערש שליט"א ער זאל זיך גרייטן צו זיין דער בעל תפלה, אבער אנשי שלומינו האבן געבעטן דעם אויבערשן און אינמיטן פסוקי דזמרה ווען ר' אברהם הערש איז צוגעקומען פרעגן, האט אים דער ראש ישיבה געזאגט אז עס איז געשען א נס און דער קול איז צוריק געקומען.
ביי מנחה איז געווען דער בעל תפלה הרב דניאל בוים שליט"א וואס איז געקומען מיט א חבורה תלמידים צו הערן דעם דרשה פון ראש ישיבה שליט"א, דער ראש ישיבה האט גערעדט פון דעם וואס דער רבי האט געפאדערט פון אונז מיר זאלן טון די מצוות מיט א שמחה.
דער ראש ישיבה שליט"א האט אויסגערעכענט פילע אינגעלייט וואס האבן היי יאר צוגעלייגט א האנט און ארויסגעהאלפן ר' העניך און ר' יחזקאל. ר' אהרן שלמה שווארץ מיט ר' יודי פריינד מיט נאך אינגעלייט און בחורים האבן ארויסגעהאלפן מיט אויסטיילן דאס עסן.
ר' לייבי ליבערמאן האט צוגעשטעלט די קאווע, ר' נח הערש ווייס מיט נאך עטליכע חברים האבן אפגערוימט די סעודות, ר' יואל משה פליישמאן האט גערייניגט פארענט פונעם בנין, ר' אפרים שמעון האט מסדר געווען די מקוה, און צוויי חשובע מלמדים מרדכי איידליס און שלום אלי' פעלבערבוים האבן גערייניגט די אריינגאנג פון בית המדרש. ר' נחמן נתן קרויס האט פארקויפט די זיצן, ר' שלמה יאקאבאוויטש און ר' אברהם אלי' פריעדריך האבן געקאכט דאס עסן אין די פליישיגע קאך, און ר' משה איינהארן און ר' לייבי אפעל מיט נאך עטליכע בחורים האבן געקאכט אינעם נייעם פארעווען קאך. אלע האבן געארבעט פאר'ן רבין מיט געטריישאפט בלי שום תשלום גמול.
נאך די סעודה שבת ביינאכט האט מען געזונגען ניגונים לכבוד שבת אינעם גרויסן שאטער, אויך איז געווען א שלום זכר ביי ר' הילל ווייס וואס איז געווען אין אומאן מיט זיין טאטע מו"ה ישראל אשר הי"ו און מיט זיין שווער הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א, ער האט געמאכט א שליח פאר'ן ברית דער מוהל פון קרית יואל הר"ר אהרן ווייס שליט"א.
פאלגט נאך פאר ווייטערדיגע באריכטן בעז"ה