ווי שוין באריכטעט איז דער ראש ישיבה שליט"א אנגעקומען נאך פאר שבת אינאיינעם מיט די חשובע אינגעלייט וואס האבן זיך מתנדב געווען צו העלפן אנגרייטן דעם יום טוב. אין די טעג איידער יום טוב האבן די געטרייע עסקנים אריינגעלייגט גרויסע כחות אנצוגרייטן אלעס על צד היותר טוב, דער בית המדרש, די מקוה, די עס זאל, די שלאף צימערן, די קאוווע צענטער און אזוי ווייטער.
 
דינסטאג ווען דער עולם איז אנגעקומען האט אפגעווארט ווארימע עסן פון וואס דער עולם האט זיך דערכאפט דאס הארץ נאך די נסיעה אויף קארס, באסעס, פליגערס און באנען.
 
דינסטאג נאכט אום 1:00 האט הר"ר אברהם הערש וועבערמאן שליט"א יורד געווען לפני התיבה וואס האט מיטגעשלעפט דעם גאנצן ציבור מיט גרויס התעוררות און אנגעהויבן דערמיט די לאנגע קייט פון די ווארימע הארציגע תפלות וואס איז געדאווענט געווארן במשך דעם יום טוב.
 
נאך סליחות האט זיך געשלענגעלט א לאנגע שורה פאר עטליכע שעה, ווען אנשי שלומינו זענען דורכגעגאנגען זיך אנווינטשן ביים ראש ישיבה, ווען דערביי געט מען א פדיון נפש, וואס דאס געלט האט דער ראש ישיבה באשטימט עס זאל גיין צו פארשפרייטן די הייליגע ספרים, וואס דאס איז די גרעסטע זכות פאר'ן יום הדין, דער ראש ישיבה האט אלעמען ווארעם אנגעווינטשן.
 
אינדערפרי נאך שחרית האט דער ראש ישיבה ממשיך געווען אויפצונעמען אנשי שלומינו וואס זענען געקומען פון דערווייטענס מיט'ן שאטל וואס דער רענט קאמפיין האט צוגעשטעלט, וואס האט זיך געצויגן פאר נאך עטליכע שעה'ן.
 
ערב יום טוב האבן די מלמדים צוזאם גענומען די תינוקות של בית רבן אין עס זאל ווי עס איז געווען א סדר לימוד התורה פון עטליכע שעה, ווען במשך די צייט האט מען געדאווענט שחרית מיט די קינדער, געלערענט מיט זיי איבער'ן יום טוב, פארציילט סיפורי צדיקים, און זיי באגלייט מיט ספעציעל באשטלעטע באסעס ציום הייליגן ציון, ווי די צאן קדשים האבן געזאגט די פסוקים פון תיקון הכללי וואס האט געשפאלטן הימלען.
 
ביי חצות האט מען צוגעשטעלט א געשמאקע פרישטאג, אויף וואס דער ציבור האט אויסגעפאסט, במשך די טעג האבן פילע אויסגענוצט דעם איינמאל א יאר געלעגענהייט און זיך אריבערגעכאפט צום ציון הק' און זיך אויסגעבעטן ביים גרויסן צדיק דער הייליגער מקום מסוגל לישועות אפילו למעלה מדרך הטבע.
 
במשך די נאכמיטאג שעות האט מען זיך צוגעגרייט צום יום טוב, מען איז געגאנגען אין מקוה, זיך אפגעשוירן, אפגעוואשן, אנגעטון פרישע בגדים, זיך געפוצט די שיך (הכרת הטוב פאר'ן רענט קאמפיין וואס האט צוגעשטעלט שער מאשינען, און שיך פוץ) ווי עס ווערט געפסק'ענט אין שולחן ערוך, אז מען דארף אזוי טון ווייל אידישע קינדער האבן אמונה אין אויבערשטן, און גלייבן אז תשובה תפלה און צדקה צורייסט אלע שלעכטע גזירות, און מען איז פרייליך און זיכער אז מען וועט ארויסגיין זכאי בדין.
 
פאלגט נאך פאר ווייטערדיגע באריכטן פון די געהויבענע יום טוב טעג.